בס"ד
יום רביעי למילואים ה'תשס"ה לפ"ק, פה עיר המלוכה בבל
שוכט"ס לכבוד הגאון האדיר מוה"ר שלום שטוב שליט"א
אחדשה"ט
תחילת דברי אדרוש בשלום מעכ"ת על מה שלא ראינו אותם זה זמן רב, עוד מימי היותנו בבית ראשון, חדשות ניו יארק, ושמחה גדולה היא לנו לחזור ולראות אותך, אף על פי שאין אנו רואים את פניך, כבר אמר הכתוב ראות פניך לא פיללתי, ויה"ר שיהא שלום בביתך.
ועל של עתה באתי, והנני בזה להשיב על חלומותיו ועל דבריו, ואשיב על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
קיין איינער פין די קינדער פין מהר"ש גייען נישט קיין שפיצלעך, חוץ דער מנהלת פין די מיידעל שולע.
כ'האב געפרעגט, און דו האסט מיר געענטפערט, איך האב אזוי געהערט שמועסן א שטיקל צייט צוריק, אז דו לייקנסט, קען איך דיר נישט אפווענדן. אבער א דרשה וועגן שייטלען האט דער חדב"ן ר' חייים יעקב שליט"א זיכער געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק, איך האב דעם קאסעט דא נעבן מיר, איך וועל עס אפשר לייגן אויף דעם סייט וואו דער עולם לייגט לעצטנס ארויף זאכן, ועוד חזון למועד. ליתר שאת, וועל איך זיך היינט נאכפרעגן אין באבוב, כ'האב נאנטע משפחה דארט.
דען דיין'ס קינדער און ווייב האבען געטוישט אויף נישט צו גיין human hair זייט די פרשה מיט די ע"ז שייטלעך.
כאמור, רעד איך פון א זאך סאך פריער פון די אינדיאנע פרשה. אגב, דער סאטמאר רב פון מאנסי ר' חיים יהושע האלבערשטאם, א צאנזער אייניקל, האט אויך ערלעדיגט ביי זיין רביצין נאך פאר פרשת הודו זי זאל אויסטון דעם שייטל, אין דעם בין איך זיכער.
די עיקר שאלה דיינע פארוואס מען גייט נישט קיין שפיצלעך, שטארצץ ארויס דיין מיינונג פין אסאך אידען וואס מיינען אז וואס זיי טוהען דאס איז גוט, די רעשט איז פסול. ווייל אין ירושלים גייט מען שפיצלעך מיינט אז גאנץ כלל ישראל מוז זיך אנטוהען שפיצלעך?
איך האב נישט גערעדט פון קיין שפיצל, איך האב געשריבן אז ר' חיים יענקל איז דער איינציגער וואס איז לוחם קעגן שייטלען כפסק הגה"ק מצאנז זי"ע, וואס אין באבוב טוט מען זיינע מנהגים, איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל טון זיינע פסקים וואס ער אליין האט געשריבן.
קומסט צוגיין מיט א ד"ח, די ד"ח אסערט אלעס, אפילו שפיצלעך, נאר טיכלעך איז ער מתיר, איז פארוואס דארף מען אנטוהען שפיצלעך דוקא?
אנטשולדיגט מיר הגאון ר' שלום שליט"א, אבער אז דו וועסט ליינען מיין גאנצע שאלה וועסטו זעהן אז איך האב בכלל נישט געשריבן אז אין באבוב זאל מען אנטון שפיצלעך, איך האב געשריבן אז אויב טוט מען מנהגי צאנז וואלט מען געדארפט אויסטון די שייטלעך, און כלפי דעם וואס איינער האט געענטפערט אז לויט צאנז איז גארנישט קיין אויפטו א שפיצל, האב איך געשריבן אז עס איז גרינגער פון א שפיצל צו א טיכל ווי פון א צופלויגענע לאנגע שייטל צו א טיכל, ממילא איז עס א טרעפל ארויף.
און דאס פארענטפערט דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט:
ועל עיקר הדבר, כל מי שיש לו מוח בראשו פארשטייט אז פרויען דרייט מען נישט איבער אין איין מינוט. עס איז דארעך א שווערע קריזיס אין כלל ישראל, און די פרויען נאך די מלחמה האבען נישט געוואלט בשום אופן אנטוהען קיין שפיצלעך, קוים האבען זיי מסכים געווען אויף שייטלעך. ממילא ווער מיר נישט קיין גאנצע חכם וועגען ד"ח.
קיינער זאגט נישט אנדערש. אבער די זעלבע קריזיס איז אדורך אויף נאך אנדערע טויזנטער פרויען, זיי האבן טאקע נישט אנגעטון קיין שפיצלעך, קוים א שייטל, אבער זייערע טעכטער און אייניקלעך טראגן דעם לבוש מיט שטאלץ, ווייל עס איז געווען איינער וואס האט מעורר געווען. אז די עלטער באבע איז געווען אין קריג, מיינט נישט אז א שייטל איז דער לכתחילה'דיגער קאפ צודעק, נאך בעסער פון א שפיצל, ווי א געוויסער אדמו"ר האט געהאלטן (כ'האב אים דערמאנט ברמז אין א פריערדיגע תגובה), איבערהויפט ווען מיר האלטן שוין ב"ה זעכציג יאהר נאך די ביטערע צרות.
און לאמיר דיר סתם פרעגן. כלל ישראל איז אדורך א קריזיס, גערעכט, ווער האט מחליט געווען וואס צו שניידן פון די תורה און וואס נישט? דער תירוץ איז אן אלטער תירוץ, ס'איז געווען א היטלער, נאציס, לאגערן, צוליב דעם קען מען משנה זיין א תורה? זיכער איז דא לכתחילה'ס און בדיעבד'ס, אויף דעם האבן מיר אונזערע רבנים, אבער איך זאג דיר צו אז ווען היינט זאל זיין א רב אדער דיין אין באבוב וואס זאל מעורר זיין וועגן דעם ענין, און מודיע זיין די פרויען אז צאנזער רב און צענדליגער אנדערע אסר'ן, וואלט א גרויסער חלק זיך געטוישט, אפשר נישט אינגאנצן, אבער עפעס א שינוי לטובה, וואס טוישט די שטוב און דער לבוש פון די קומענדיגע דורות. דער שייטל מיט וואס דיין באבע איז געגאנגען נוצט איר אייניקל פאר סטיל וואל צו רייניגן דעם סינק ערב פסח, עס האט נישט קיין מראה שער, אבער די נייע דורות גייען מיט שייטלען וואס נישט נאר זעהען אויס ווי האר, נאר ממש האר. און אז דער דיין רעדט דערוועגן, קומט איהם קרעדיט, ווייל ער איז מקיים צאנזער רב'ס רצון.
איך בין בכלל נישט צופרידען פין דיין אויסדריק וואס מאכט חוזק פין מנהגי באבוב אליבא דצאנז, כאילו ווי באבוב האט אויף געמאכט צאנזער מנהגים. דאס ווייזט אז די ווייסט סתם נישט קיין היסטאריע, און די פארמאגסט היבש חוצפה אין דיר.
איך נעם אהן דעם פסק. אבער לאמיר דיר פרעגן, וואו האב איך חוזק געמאכט פון צאנזער מנהגים? אז איך האלט אז דרכי חיים איז נישט אויסגעהאלטן, מיינט אז איך לאך פון צאנז? זייט ווען איז צאנז געבויט אויף מנהגים? וועמעס מנהגים האט צאנזער רב געטון? שיניאווער רב? און להודיעך, אין די באבוב'ער ספרים'לעך זענען דא אסאך נישט קראנטע זאכן, ואין כאן המקום, דו ווייסט אויך דעם אמת.
און יעצט צום הלכה, ווייז מיר ווי אין ד"ח שטייט, אז טאמער רוב נשים אין די וועלט, און טאמער רוב נשים ביי כלל ישראל טראגען שייטלעך, אז עס איז אסור צו טראגען שייטלעך.
אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק, אבער הבל יפצה פיך. הלכה בלייבט הלכה אפילו אויב די גאנצע וועלט טוישט זיך, און וואס ברענגסטו מיר א נארישע ראיה פון רוב נשים אין די וועלט, פון גויטעס? איך וועל דיר ענטפערן מיט דיין זעלבן לשון:
ווייז מיר ווי אין ד"ח שטייט, אז טאמער מענער אין די וועלט, און טאמער רוב אידן ביי כלל ישראל עסן מאשין מצה, אז עס איז אסור צו עסן מאשין מצה, און זאגן אז עס איז חמץ גמור.
אויב איז א שייטל געווען אסור פאר הונדערט פופציג יאר צוריק בימי הד"ח זצ"ל, גילט דער זעלבער איסור היינט אויך, ווער עס וויל חולק זיין אויפן דברי חיים, הרשות בידו, אבער קום מיר נישט מיט צאנז און בשם צאנז.
והנני דושה"ט כו"ח ביום הנ"ל
(חי"ק)
חופ"ק בבל והמדינה
 |
|
|