איידער איך שרייב נאך עפעס וועל איך קודם ענטפערן פריערדיגע הודעות.
יוחי שרייבט:
מלך בבל די קענטס און האסט פולע רעכט חולק צו זיין מיט מיר אבער דאס וואס דו זאגסט אז איך האב פארדרייט דעם שמעוס איז פשוט נישט ריכטיג ירא הגולשים וישפוטו. איך טענה אז מ'קען היינט בזמן הזה זאגן אז יא איך פיר מיך 100% צאנז מיט א שייטל ווייל אויף די צייטען וואס רוב ירא השם פרויען גייען מיט שייטלן האט דער דברי חיים נישט גע'אסר'ט אין איך האלט אז דאס איז דער סיבה אין טעם וואס דער בעל דברי יואל האט עס נישט גע'אסר'ט בפירוש בזמן הזה. דו קענסט האלטן אנדערש אבער דו האסט געפרעגט וואס איז די סיבה פון בובאב ..האב איך דיר געגעבען אנ ענטפער און זאג נישט אז איך פארדריי דעם שמעועס. קענסט זאגן I DISAGREE
ועוד להנ"ל:
זאלי ווי קומט שייטלען שאלה צו הירהורים? אויב דער איסור איז וועגן הירהור ווי מעג א בתולה גיין מיט האר? אין נאך מער, אויב בגדי צבעונים אסור להסתכל אפילו אינם עליה ..פארוואס איז נישט אסור בכלל צי גיין מיט בגדי צבעונים? חז"ל זאגן אז המסתכל אפילו באצבע קטנה... פארוואס מעג א פרוי גיין אהן הענטשקעס? דער תירוץ איז אז נאר וואס חז"ל האבען גע'אסר'ט משום הירהור אחרים איז אסור ... מ'קען נישט אליין אויף מאכען איסורים, א גוטע עצה איז זיך לערנען נישט צו זיין א מסתכל. פשוט אין גראד דו פארמישט ענינים ....
וועל איך דיר ענטפערן:
1. ווייטער וועל איך שרייבן צי די צאנזער רב'ס דעת טוישט זיך אויב אלע אידענעס גייען מיט שייטלען.
2. דו ביסט מדמא מילתא למילתא וואס האט גארנישט קיין קשר. די הייליגע חז"ל זאגן (בכות כד) שער באשה ערוה, און די גמרא ברענגט פון א פסוק אין שה"ש שערך כעדר העזים, דאס זעלבע איז מיט קול שנאמר כי קולך ערב.
בגדי צבעונין איז נישט קיין ערוה א אשה מעג גיין אין די גאס מיט זאכן וואס איז נישט קיין ערוה, שער איז ערוה, זינגען אויף די גאס איז ערוה, להוציא מדעת ערוך השלחן וואס קיינער האט נישט אנגענומען אז בזמן הזה (...) וואס אלע פרויען גייען מיט האר איז האר נישט קיין ערוה, קומט אויס לדעתו אז אויב גייט מען אינגאנצן אהן קליידער (ניו יארק האלט נישט ווייט פון דעם, אין אנדערע מדינות איז דער מצב טויזנט מאל ערגער פאר ווער עס ווייסט וואו מען האלט) וועט דאס אויך נישט קיין ערוה, קיינער האט נישט אנגענומען זיין מיינונג, און אויב איינער ליינט ק"ש און זאגט ברכות זיבעציג יאר פאר האר, האט ער געמאכט 70 יאהר ברכות לבטלה, קען זיין אז א מלאך סניגור וועט טרעפן א לימוד אויף איהם און טראגן אין גן עדן, אבער הלכה איז הלכה, א רשע גמור קען אויך באקומען גן עדן, איך מאך ח"ו נישט קיין פארגלייך, אבער הלכה איז הלכה און שכר ועונש איז דער באשעפערס עסק, שלמה המלך זאגט, יש צדיקים שמגיע אליהם כמעשה הרשעים, און דאס איז נישט אונזער עסק, משה רבינו האט געפרעגט הודיעני נא, דעם תירוץ ווייסט יעדער, עכ"פ עס קומט נישט אהער.
אויב חז"ל האבן גע'אסר'ט האר משום הרהור, און א קאסוטם שייטל איז נישט ניכר אז עס איז נישט האר, זיי מאכן עס דאך דירעקט אזוי, איז עס זיכער בכלל שער באשה ערוה, מה לי שערה מה לי שער אחרת? אז א פרוי וועט אנטון א דורכזיכטיגע פלעסטיק אויף די האר וועט זי דען שרייען עס איז צוגעדעקט וואס גייט מיך אהן אז מען זעהט? ערוה בעששית אסור לקרוא ק"ש כנגדה בראייה תלה רחמנא והא מתחזיא, אזוי זאגט די גמרא, אז מען זעהט האר, איבערהויפט אז זי וויל מען זאל זעהן, איז ערוה. אז עס זעהט נישט אויס ווי האר, נאר ווי א פאה נכרית, איז א מחלוקת הפוסקים, די שלטי הגבורים איז מתיר און דער באר שבע איז אוסר.
איך זאג נשט אז דער איסור אויף שייטלען איז געבויט אויף דעם, אבער זאגן אז קאסטום שייטלען איז נישט דא משום ערוה - איז נישט ריכטיג.
די גמרא זאגט נישט אז אצבע קטנה איז ערוה, אויך נישט בגדי צבעונין, ממילא צופאלט דיין גאנצע פשט'ל.
DELLUSER שרייבט:
wackyזאלי
אחדשה"ט ושל הוד מלך איראק {מלפנים בבל} אם נדייק בלשונו הטהור של הד"ח שהבאת לכאורה מבואר שבמדינה שהלבוש ההוא יהא מצוי ומקובל על רוב נשי ישראל לא היה אוסר שם. שגם שם לא הלכו במלבושי פריצות כזה ח"ו ... רק איזה פי' מיעוט שבמיעוט מנקלי העם ופחותי הערך והיו לקלס, שאפילו בעיני בני מדינתם לא היה מקובל ורק בעוה"ר מקרוב נשתרבב המנהג הזה מן האפיקורסים, פי' מה שהתחילו במדינתנו ללכת כן, לא בא מחמת שזה לבוש במדינה אחרת, רק מאפיקורסים {משכילים} מִתּוֹכֵנוּ שכוונתם עוד גרועה מאותם "נקלי העם ופחותי הערך", שכל מגמתם היתה לקלקל את קדושת ישראל במדינות אלו שעוד שמרו את דרך ה'.[אדום]אם אמנם צדקתי בהבנתי בדברי קדשו הרי אי אפשר לומר על כל הפאות הנהוגים שהם מלבושים שהם ללעג ולקלס או שאלו שהנהיגו כן {בשנים הראשונות אחרי החורבן} כוונות אפיקורסיות היו, לא כן, אלא שכפי המצב שהיה כאן באמעריקא לא יכלו הנשים החרדיות לפעול אצלם ללכת בלבוש הישן {אדרבה היו ללעג ולקלס} ונוצר עי"ז מציאות שלבוש הפאה נכרית הנהוג היום אינו בגדר בחוקותיהם וכו'.
א מין הסבר, הפלא ופלא. דער פשוטער פשט איז, אז וויבאלד עס איז א מנהג בטעות, טוישט עס נישט דעם דין. איך וועל באלד ברענגען פון א קונטרס ווי ער שרייבט עס ארויס, זייער שיין.
באראפארקער שרייבט:
זאלי ווי אזוי ווייסט די וואס טוט זיך אין האליוואד? ביי דער וועי, וואס איז האליוואד? א רחמנות אויף די סאטמערע, זיי זאגט מען שוין זייט זיי זענען ארויס פין די פעמפערס אז די ד"ח אסר'ט שייטלעך. קומט צו גיין איינער און ווייזט אויף קלאר אז די ד"ח איז "היינט" מתיר שייטלעך. זיי פאלען ארויס פין די קישקעס, היתכן? מען האט מיר אויסגענארט? יא יא, מען האט ענק אויסגענארט אויף א סאך מער, א סאך מער. ווען מען קומט צו די הכרה קראכט עס. זאלי דיינע ווערטער זענען מביא לידי גיחוך. שייטלעך, הרהור, מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
מלך בבל. די דערמאנסט ר' אברהם ליפשיץ (איך מיין עס איז אים - ער זאגט צו צוואנציג טויזענט פאר דער וואס גיט אים א היתר אויף שייטלעך?). איך האב אים געטראפען אין ירושלים פאר א צייט צוריק אין הר צבי. איך הרב אים געפרעגט די זעלבע שאלה וואס ר' שלום שרייבט. אז די ד"ח אסר'ט נישט היינט. ער האט זיך מתחמק געווען און נישט געהאט וואס צו ענטפערען.
מיט גרויס צער מוז איך דא באטאנען, אז אונזער ידיד, הרואה ואינו נראה המכונה באראפארקער הפך את עורו, אמאל איז ער געווען א געשמאקער מענטש, נישט גערעדט קיין שטותים און גערעדט נאר ווען ער האט געהאט וואס, היינט אבער זייט דער מהרנ"ץ מבאבוב איז נסתלק געווארן און עס איז געווארן א איבערקערעניש אין באבוב, האט ער מיטאמאל געעפנט א מויל, און וואונדער איבער וואונדער, נישט צו דערקענען זיין אמאליגן פרצוף, שרייט, שעלט, פאליטיזירט, א שאד אויף א יונגערמאן. לאמיר אלזא אביסל צונעמען זיינע ווערטער דא אין דעם אשכול.
ער שרייבט: א רחמנות אויף די סאטמערע, זיי זאגט מען שוין זייט זיי זענען ארויס פין די פעמפערס אז די ד"ח אסר'ט שייטלעך דו האסט געלערנט אין סאטמאר אז דו ווייסט וואס מען זאגט פון די פעמפערס? איך האב צופעליג געלערנט אין א סאטמארער חדר, מען האט קיינמאל נישט גערעדט נישט פון קיין שייטלען און נישט פון קיין דברי חיים, מיין אידענע גייט ב"ה מיט א שפיצל, איך האב פשוט אדורכגעטון די סוגיא, און געטון וואס איד האט צו טון. אודאי, נאך די חתונה איז מען בלויז א פלג, און דער עיקר ארבעט איז דאך איהרס, אבער אז דער רבוש"ע העלפט און מען זוכט און מען טרעפט איינע וואס די משפחה גייט אזוי און זי קען באשטיין נאכדערצו אז דער בחור וויל, איז אן אנדערע מעשה.
נאכדעם שרייבט ער ווייטער: קומט צו גיין איינער און ווייזט אויף קלאר אז די ד"ח איז "היינט" מתיר שייטלעך. זיי פאלען ארויס פין די קישקעס, היתכן? מען האט מיר אויסגענארט? יא יא, מען האט ענק אויסגענארט אויף א סאך מער, א סאך מער. ווען מען קומט צו די הכרה קראכט עס. ווער ווייזט אויף קלאר? האדמו"ר בעל ליקוטי כרם שלמה? האדמו"ר רנ"ץ? אדער האדמו"ר בעל קדושת ציון? אדער א יונגערמאן אויף די אינטערנעט?
זאגסט אז מען האט אויסגענארט די סאטמערע אסאך אסאך מער. אפשר ביזטו מגלה טפח מיט וועלכן פרט? וואס קראכט ווען קראכט, אויב וועל איך מודה זיין צו דיר אז אין סאטמאר רעדט מען איין דעם עולם געוויסע זאכן, איז עס גענוי ווי אין יעדע פארטיי רעדט מען איין דעם עולם לויט די אינטערעסן פון די פארטיי, אבער וועסט מודה זיין אז א שפיצל איז מער מהודר ווי א שייטל, איבערהויפט לויט צאנז, און עס איז נישט א מצוה צו גיין מיטא שייטל, האלטסט אז יא?
ווייטער זאגט ער: זאלי דיינע ווערטער זענען מביא לידי גיחוך. שייטלעך, הרהור, מה ענין שמיטה אצל הר סיני אויב ווייסטו נישט, איז דעת כמה פוסקים אז דער איסור פאה נכרית איז וועגן הרהור, כ'האב שוין געשריבן וועגן שער באשה ערוה, איך וועל שפעטער אפשר ברענגען מקורות, און וואס מביא לידי גיחוך דא?
און ער ענדיגט צו זיין שמועס מיט די ווערטער: מלך בבל. די דערמאנסט ר' אברהם ליפשיץ (איך מיין עס איז אים - ער זאגט צו צוואנציג טויזענט פאר דער וואס גיט אים א היתר אויף שייטלעך?). איך האב אים געטראפען אין ירושלים פאר א צייט צוריק אין הר צבי. איך הרב אים געפרעגט די זעלבע שאלה וואס ר' שלום שרייבט. אז די ד"ח אסר'ט נישט היינט. ער האט זיך מתחמק געווען און נישט געהאט וואס צו ענטפערען.
איך בין נישט ליפשיץ און איך וועל איהם פרעגן, כ'האב נאך קיינמאל נישט גערעדט מיט איהם, כ'האב נאר איינמאל געהערט א דרשה פון איהם אין א כולל אין ירושלים.
 |
|
|