בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א שאלה צו באבוב'ער חסידים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/4/2005 18:57 לינק ישיר 

באראפארקער

כ'וועל דיר ענטפערן זייער פשוט

אין הכי נמי אין סאטמער איז אויך דא וואס גייען נישט אנגעטיען ווי מען ברויך אבער עס ווייסט יעדער אז די חלק הארי גייט יא ווי מען דארף דער עיקר עולם גייט יא אין דאס איז די פאן פין סאטמער ליידער איז דא אויך אזעלכע אזוי ווי די שרייבסט וואס גייען נישט ווי אזוי מען דארף

משא"כ באבוב איז פארקערט מען קען אפשר טרעפן אפאר וואס גייען ווי מען דארף

אין דאס איז די בושה פין באבוב ווייל אפלוי די איין זאך וואס זיי האבן זיך געקענט אויפטיען ביז יעצט אז ביי זיי איז עכ"פ נישט דא קיין מחלוקת איז יעצט אויך אוועקגאנגען אין מען שלאגט זיך דארט ביי די קעפ פינקט ווי ערגעץ אנדערש ממילא איז עס געבליבן א ליידיגע טריקענע חסידות וואס די גאנצע קאפ ליגט ווי מען קען זיך בעסער שלאגן אין די ווייבער זאלן גיין ווי מער......

דרך אגב אויב די קענסט מיר ארייסקענען דא א "קאפי" פין עני היתר פארוואס מען מעג אזוי גיין וואלט איך מיר זייער געפרייט ווייל אזוי וועל איך קען האבן א לימוד זכות אויף אידן,אבער נאר א היתר פין א רב וואס איז פין דברי חיים אין אין נאכדעם מכמה סיבות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 20:22 לינק ישיר 

געט מי
וואס איז געשעהן?
כאן יצאה נשמתו בקדושה וטהרה.

תירוצים אויף סאטמאר איז איבריג, איך ווייס די תירוצים.
קוק אויף דיינע אייגענע חסרונות.

און חלום נישט אז אין באבוב שלאגט מען זיך ווי אין סאטמאר, דאס וועט נישט זיין אין הינדרעט יאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2005 20:28 לינק ישיר 

GETME
אין באבוב גייט מען אונגעטון ווי אידען, ווי די הלכה זאגט ווי דער דברי חיים זאגט.

לאמיר זען אז סאטמאר זאל גיין מיט צען פראצענט וואס דער סאטמארער רבי האט געהייסען.

ובענין מחלוקת, באבוב האט יעצט געוויזן אז אפילו חסידים האבען אנדערע דעות אין הנהגה, טוען זיי וואס די תורה הייסט, הענט האסטו נאר געזען אין באבוב איין מאל ווען אפאר נערנים האבען געפאלגט משה גבאי און געשלאגען, אבער האבען שנעל חרטה געהאט.

בסך הכל וועט דער באבובער טיילונג בויען תורה און חסידות, וואס דאס איז א מחלוקת לשם שמים.

יעצט צוריק צום דברי חיים.

תוקן על ידי - אינהכינמי - 21/04/2005 6:52:41



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2005 20:42 לינק ישיר 

באראפארקער איך מיין אז די האנדלסט נישט גוט מיט די חברה.

איך האלט אז די בוסט אין פרינציפ 100% גערעכט אבער דיינע צוריק ווארפן שמוץ אויף סאטמאר באלייכט אונז נישט מיט גארניש.

איך האב פשוט נישט קיין צייט קען איך נישט געהעריג מגיב זיין, אבער 'מלך בבל' דער מתחיל פון דער אשכול האט געפערגט א ערענסע פראגע אין עס איז כדאי מ'זאל ענטפערן מיט דרך ארץ.

GETME
רוב סאטמאר'ע נשים גייען נישט מיט שייטליך??? איז לדעתי א פשוט'ע ליגען.

עס איז נישט קיין נפקא מינא ...איך בין געשטאנען ביי א חופה ווי דער סאטמאר רבי מהרי"ט זצ"ל האט מסדר קדושין געוועהן פאר א פאר פאלק ווי דער פרוי איז געגאנגען מיט הוילע שייטל...

אויב ער האט געהאלטן אז 'בזמן הזה' (די הערסט מלך-בבל?) איז דער פסק דין פון דברי חיים פעליג היתכן ער האט צוגעלאזט אזא שידוך בכלל?

מלך בבל, האם יש תורה חדשה??

כמה וכמה אנשים האבען מיר געזאגט בשמו מפה קדשו אז ער האט נישט מונע געוועהן קיין שום שידוך אויב דאס מיידל האט גאוואלט גיין מיט א שייטל, אויף דעם איז נישט דא קיין חולק.

ווי אזוי שטימט דאס מיט'ן דברי חיים??

דער תירוץ איז פשוט אז בזמן הזה איז עס נישט בגדר 'חוקותיהם' בכלל לא!

דער אנדערע תשובה [די קורצע] ווי דער דברי חיים באזירט זיך אויף 'דת יהודית' האב איך שוין געשריבען אז בזמן הזה איז עס נישט קעגען דת יהודית ווייל רוב נשים יראים ושלמים גייען מיט שייטלען.

דער איינציגע קשי' וואס מקען פרעגען אז אויב פאר באבוב איז וויכטיג 'מלבושים' מטעם 'מנהג' כמו געפעפיפטע הויזען, שפרענצעלע וועסט, סטראקעס, רעזעוואלקע פרייטיג צו נאכט נאר אין איין האנט... וכו' כו' וכו' פארוואס זאלען די נשים פטור זיין פון דעם אלטן דרך ..אויף דעם איז טאקע א וואונדער אבער דאס איז נישט קיין הלכה פראגע

נאר א קרעפל תורה שאלה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א שאלה צו באבוב'ער חסידים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 סך הכל 6 דפים.

bholext