בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/4/2005 02:18 לינק ישיר 
צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל

* פון אישי *

קרעדיט: "גוט זאגער" און "ארענדאר"

איך שכינות'דיגן פורם "אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק" ווערט געמאלדן א פרייליכע בשורה אז דאס יהדות החרדית אין ניו יארק גרייט זיך צו ענטפאנגן דעם גרויסן גאסט
כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א
וועלכע וועט באזוכן אין קרית יואל צום עפענונג פון נייעם טאהשער ביהמ"ד דאהי.
די אכסניא וועט זיין ביי הנגיד ר' יודא גאלדבערגער ני"ו
ער וועט אויך אפשטאטן א וויזיט ביים קרית יואל'ער רב.

ביטע דאס אריינשטעלן אין חדשות אנ"ש

* עד כאן פון אישי *

ווייסט איינער מער פרטים?
איז די אינפארמאציע באשטעטיגט?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2005 03:32 לינק ישיר 

וועט ער זיין דארט אויף א שבת ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2005 04:00 לינק ישיר 

כ'גלייב נישט אז דער טאהש'ער רבי שליט"א וועט פארבלייבן אויף א שב"ק אין ניו יארק. אין קרית יואל זיכער נישט. ער איז שוין נישט געווען אין ניו יארק אויף שב"ק באלד 20 יאהר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2005 06:00 לינק ישיר 

א גרויסע שמחה הערשט אין גאנץ שטעטל איבער די אנקום פון טאהשע רבי שליט"א

יהא בואו לברכה


0:21 9/4/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------

פרישע דיטעלס.

סדר פונעם באזוך.

נאכמיטאג וועט ער זיין ביי הרב יודא גאלדבערגער שליט"א.

נאכדעם וועט זיין דער באזוך ביים מרא דאתרא על אפם וחמתם פון די זאליס.

און נאכדעם וועט זיין דער מעמד און טאשער בית המדרש.
גוטזאגער






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 19:04 לינק ישיר 

* ארענדאר *

7:51 10/4/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
פרישע נייעס,

כ"ק אדמו"ר מ'טאהש, וועט אפשר בלייבן און קרית יואל אויף מאנטאג,צו א מסיבה ביי ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש נ"י.

בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה.


* קרית_יואל *
18:1 10/4/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
נישט אפשר.
כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מטאהש שליט"א וועט זיין אין קרית יואל 2 טעג.
מאנטאג וועט זיין די אכסני' ביי הרבני הגניד המפואר ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש שליט"א וועלכער שטעלט צו א מסיבה להחזקת המוסדות הק' בקרית טאהש.
די דארטיגע מסיבה וועט זיין א געלגענהייט פאר אלע קרית יואל'ער אידן וועלכע זענען מקושר צום טאהשער רבי'ן שליט"א און זענען זיך מסתופף בצילו הק', צו קענען מהנה זיין דעם צדיק אמת און האבן די געלגענהייט להתברך מברכותיו הקדושים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 01:46 לינק ישיר 

מצורף קובץ

* גולםקלאץ *

די ווילידזש האט זיך ב"ה זייער שיין צוגעשטעלט, די פאבליק סעיפטי קאנטראלט די טרעפיק אויף סאטמער דר. א גאנצן טאג, צו העלפן מיט די צוגרייטונגען ביי די טאהשע שול.

עסקנים ארבעטן כמעט אן אויפהער זייט דאנערשטיג נאכט, צו צוגרייטן די בית המדרש.

א ריזיגע טענט איז היינט אויפגעשטעלט געווארן לעבן די ביהמ"ד אז דער ריזיגער עולם וואס וועט קומען צו די קבלת פנים זאל האבן וואו מיט צו האלטן די מעמד.

די פיקטשערס וואס איך לייג ארויף זענען פון פרייטיג און מוצ"ש, ווער ס'האט בילדער פון היינט זאל זיי מוחל ארויפלייגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 01:57 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 01:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פארענטשעס גרייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 01:59 לינק ישיר 

מצורף קובץ

?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 01:59 לינק ישיר 

מצורף קובץ

. די בילדער זענען אלע פון גולם קלאץ אין שכינות'דיגן אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק פורם.

תוקן על ידי - אינגערמאן - 11/04/2005 2:09:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 07:44 לינק ישיר 

do you think that in tosh they would give permision to open a satmere shtibel? every one knows that in tosh you are not alowd to make even another minyen, who is talking about another shtibel or a mikveh,
there is some one in tosh who tryed a couple years ago to do that & they kicked him out from there

i think it is a big CHITZPEH to come to kiryas yoel to open a shtibel & a mikveh & to make a big trask like that
any one who has any comments about that please write about it



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 09:18 לינק ישיר 

קנאקער: זעט אויס אז די בוזט נישט קיין קרית יואל'ער תושב, דאהי איז א רשות הרבים פינקט ווי ווילימסבורג בארא פארק אין מאנסי, דא איז דא פון אלע חסידות'ן וואס זענען אין די שיטה פון רביה"ק,
בני יואל, סאטמאר ווימס"ג, ברעסלב, תולדות אהרן, ספינקא,טשאטה, ליזענסק, טאהש, אין נאך צענדליגער שטיבלעך וואס האבן גארנישט מיט ר' אהרן קיינער האט נישט קיין רשות פון ועד הקריה,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 09:22 לינק ישיר 

האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל רצה שקרית יואל יהיה "עיר" ולא כפר. טאהש היא רכוש פרטי של האדמו"ר שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2005 16:32 לינק ישיר 

קנאקער

ביזט דאך אזא היפאקריט

שרייבסט איטס א ביג חוצפה צו קומען קיין קרית יואל

דיין רבי ווי דו רופסט איהם (שרייבסט דאך נאר ענגליש) "דער דיפ טינקער"

קומט קיין קרית יואל נאכן פרעגן און נישט באקומען רשות צו קומען

(נישט איך גיי אריין צו ער האט געמעגט צו נישט)

היפאקריזם האט אויך א שיעור!!!!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 19:46 לינק ישיר 

מרכז, איך וויל דיר קארעקטירן למען הפונקטליכקייט, ביסטעך לכאורה סותר מיניה וביה, דו זאגסט:

"דאהי איז א רשות הרבים פינקט ווי ווילימסבורג בארא פארק אין מאנסי, דא איז דא פון אלע חסידות'ן וואס זענען אין די שיטה פון רביה"ק"

אויב סיז א רשות הרבים לשיטתך, ווי קומט דא אריין וואס זענען אין די שיטה פון רביה"ק?

ווער איז רביה"ק?

סיז דאך א רשות הרבים, ניין?

איך מיין, וואס האלט צוריק סיי ווער אימער צו אויפנעמען א לויער ווי מייקל סאסמאן אדער מעני מאנגועל און עפענען א חב"ד האוס און מיטן קרית יואל אזוי ווי בני יואל האט סוקסעספולי געטאן, קען דאך רביה"ק מיינען דעם ליבאויטשער רבי אויך.

ממילא די ווערטער וואס זענען אין די שיטה פון רביה"ק זענען נישט מדויק, לשיטתך.

שגיאות מי יבין!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 19:51 לינק ישיר 

קיינער דארף נישט פרעגן קיין רשות צו קומען קיין קרית יואל, יעדער איינער איז דא וועלקאם.

קרית יואל איז א שטאט פונקט ווי יעדע אנדערע שטאט אין דער וועלט, און קרית יואל'ער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן נעמען אויף מיט גרויס כבוד יעדן ערליכן רב אשר לא כורע לבעל הציוני, וואס וויל דא קומען, און זאלן נישט קומען אזעלכע "ק(נ)אקערס" וואס וואוינען נישט אין קרית יואל און קומען אריינזאגן א דעה אין אונזערע פריוואטע ענינים.

און אויב טאהש און תולדות אהרן זענען געקומען בעטן רשות, ווייזט דאס נאר אויף די מהות פון זייערע ראשי הקהלה, אז זיי זענען ערנסטע מענטשן.

ווי אויך לוינט זיך פאר איינעם צו בעטן רשות, ווייל מען גיט עס גערן נאך פאר יעדן, און דערצו נוצט די ווילידזש אויס זייער אויטאריטי צו געבן כבוד מלכים פאר די רבנים וואס קומען דא באזוכן. דארף מען סתם זיין נאריש נישט צו בעטן.

און ווי יעדער זעט האט די ווילידזש צוגעשטעלט הערליכע מאטארקעידס פאר טאהש און קהל האט זיי געגעבן די פארענטשעס פון בית המדרש.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 11/04/2005 19:57:56



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext