בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/4/2005 20:26 לינק ישיר 

והא ראי' אז תולדות אהרן האט נישט געבעטן רשות און ער האט געהאט כבוד מלכים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 21:17 לינק ישיר 

טאהשער רבי האט אפגעגעבן דעם שענסטן כבוד פאר קרית יואל'ער רב, וואס האט געצייגט פאר אלעמען אז ער איז נישט קיין פאליטיקאנט און עגאאיסט.

ווען קרית יואל'ער איז אריינגעקומען האט יעדער געזען אז:
* ער האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים (נישט געטאן פאר קיינעם)
* ער האט אים אנגעגאסן א כוס וויין (נישט געטאן פאר קיינעם)
* ער האט זיך אויפגעשטעלט אים ארויסבאגלייטן (ר' יודא ג"ב האט געבעטן דעם רבי'ן זיך אראפצוזעצן ווייל ער האט נישט קיין כח אבער ער האט אים דאך עטוואס ארויסבאגלייט.

דאס האב איך אליין געזען מיט מיינע אויגן.
איך האב אויך געזען ווי די אויגן פון שארמאשער רב און פון טשאטהער רב זענען ארויסגעקומען פון זייערע לעכער, אז עס איז געווען א סכנה צו קוקן אויף זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 21:27 לינק ישיר 

Would someone please post some photos



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2005 21:35 לינק ישיר 

טיפשים.

דא אז טאהש'ער רבי שליט"א וויל זיך נישט אריינמישן און א מחלוקה, מיינט נאכנישט אז אהרן טייטלבוים איז רב און קרית יואל.

דאס אז תולדות אהרן איז געקומען מלכתחילה בעטן רשות מיינט נאכנישט אז אהרן איז רב און קרית יואל, ווייל אויך זיי ווילן זיך נישט אריינמישן און א מחלוקה.

אבער מיר סאטמארער חסידים וואס נישט נאר מיר מעגן נאר מיר דארפן זיך אריינמישן און די מערכה, און זעהן צו מבער זיין די הנהגה המושחתת והמקולקלת פון אהרן טייטלבוים, דארפן איבערהויפט נישט פרעגן ביי אהרן טייטלבוים רשות צו מען מעג קומען צו נישט.

איבערהויפט נאך ווען ער האט גערופן זיין טאטן לערכאות של עכו"ם, און ער האט מגלה דעת געווען בפני קהל עם ועדה, אז זיי טאטע איז נישט דער בעל הבית און סאטמאר, אטאמאטיש איז זיין התמנות און קרית יואל אויך נישט קיין התמנות, און ער האט נישט קיין דין פון רב שטאט ביי קיין איין סאטמאר איד.


בדרך אגב: איך וואלט נאר געוואלט זעהן צו ווען א שונא פון אהרן זאל צוזאגן פאר'ן טאהש'ער רבי א מיליאן דאלער מיט א תנאי אז ער גייט קיינעם נישט באזוכן, אפילו נישט אהרן טייטלבוים, צו ער וואלט דאן באזוכט אהרן'נען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 21:37 לינק ישיר 

דאס אז טאהשער רבי איז געקומען קיין קרית יואל וואלט לכאורה געדארפט זיין דער גרעסטער שאס פאר אהרן טייטלבוים....

אויסגעשטעלט האט זיך פארקערט.

* משה גבאי האט פארפירט און געקאלט און געסטראשעט אז טאעהשער רבי זאל נישט אריבערגיין צום קרית יואל'ער רב.
געהאלפן האט עס א מכה.

* ליפא קרויס מיט זיין ברידער דער אנזעצער י.ח האבן פארפירט ביי י.פ. סטראלאוויטש אז טאהשער רבי זאל נישט אויפנעמען ר' אהרן.
געהאלפן האט עס א מכה.

* עטליכע טאהשער שוויצערס האבן געסטראשעט אז אויב מ'וועט אריבערגיין צום רב, וועלן זיי נישט געבן קיין געלט און וועלן בויקאטירן די מסיבה פון אברהם יודא ג"ב.
געהאלפן האט עס א מכה.

* דער שארמאשער מיט טענענבוים און נאך אנדערע קרעפעלעך זענען דארט געזעצן א גאנצן צייט, און צו זיי איז טאהשער רבי נישט אריבערגעקומען קיין סעקונדע

* מרדכי קאהן פון מאנטריאל האט צוגעזאגט א גאנצע מעלאנע פאר טאהש, אויב מ'וועט בויקאטן אהרן טייטלבוים...
געהאלפן האט עס א מכה.

נו איז א ווינדער אז זיי פלאצן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 21:49 לינק ישיר 

א רחמנות געווען צו קוקן אויף אהרן טייטלבוים בשעת די מסיבה אין טאהשער בית המדרש. מען האט פרובירט זיך בעטן און מסביר זיין דעם טאהשער רבי'ן אז דאס איז קרית יואל'ער רב און ער זאל זיך אויסדרייען צו אים, אבער טאהשער רבי שליט"א האט אויף אים ניטאמאל געקוקט!

ווען אהרן איז ארויס פון בית המדרש האט מען געהערט א מעכטיגן ברום: "אהההההה". ווי מען שרייט אויס ברוך שפטרנו, וזר לא יתערב בשמחתינו.

אלע השתדלות און צוגעזאגעכטסער פון ריזיגע געלטער אבי דער טאהשער רבי שליט"א זאל באזוכן אהרן תיכף ביים אנקומען אין שטעטל ווייל ער איז דאך דער "שטאטס נאר", איז דורכגעפאלן.

פון טאהש האט מען געזאגט פאר אהרן'ען א גרויסן לא! דער טאהשער רבי וועט נישט באזוכן אהרן, נאר אויב אהרן וועט קומען וועט דער טאהשער רבי שליט"א צוריקגיין. אויב נישט איז נישטא קיין באזוך.

וכך הוה. אהרן האט זיך געמוזט ברעכן זיין שטאלצקייט און געגאנגען צום טאהשער רבי'ן שליט"א קעגן וועמען ער האט שוין מער ווי איינמאל זיך צופירט זיין מויל און שפעטער איז דער טאהשער רבי שליט"א צוריק געגאנגען צו אים...

אויך דער באזוך איז געווען פלאי פלאים. דער טאהשער רבי שליט"א האט אים דערציילט אז ער האט א בית המדרש דא אין שטעטל, און געפרעגט אהרן אויב ער האט אויך?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 21:55 לינק ישיר 

ווארהייט

די ווייסט אז עס קאסט נישט קיין געלט צו שרייבן שקר, אז מרדכי קאהן האט געבעטן, און משה גבאי האט געסטראשעט, און ליפא קרויס האט געברויזט.

די שרייסט איבער די זעלבע שקר, און קיינער קען עס נישט לייקענען ווייל עס האט נישט קיין מינדעסטע באווייז אויף יא.


טיפש.

שיין קוקט אויס אהרן טייטלבוים, אז דאס נישט ביאקטירן זיין רבנות איז שוין א געווינס פאר אים.

און די גוטע צייטן האט ער נישט געדארפט קיין "אישור הרבנות" פון קיינעם (אויב עס איז בכלל אן אישור), דאס אז זיין טאטע האט עם געבעקט איז אים געווען גענוג.

היינט דארף ער יעדן מאל האבן אן "אישור הרבנות" פון א צווייטן, איינמאל געלאנגט עם עס יא און איינמאל נישט.

ביי גאב"ד ירושלים נישט
ביי חוסט'ער רבי יא
ביי תולדות אהרן רבי נישט
ביי טאהש'ער רבי יא
ביי סקולנ'ער רבי נישט
ביי תולדות אברהם יצחק רבי יא
ביי קרעטשניפער רבי נישט
ביי וועמען נאך ?

אבער מער ווייניגער איז דאס זיין מאגערן מצב?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 22:06 לינק ישיר 

איך בין דארט געווען.

עס איז פינקט אזוי אמת ווי דיין ליגענט מיט דעם שקל פאר קטנים (!)

עס איז געווען נעכטן א נחת צו זיין א אהרוני, און א דורכפאל צו זיין א זאלי אדער א טאהשער...
איך האב געזען ווי טאהשער רבי נעמט אויף קרית יואל'ער רב מיט שמחה וחדוה - אמת
איך האב געזען ווי די זאלונים פלאצן - אמת
איך האב געזען ווי דער שארמאשער גייט אויס - אמת.
איך האב געזען די אלע קיפקעלעך און גרופקעלעך ווי זיי שפרינגען פון די הויטען.

פערלשטיין (איידעם פון י.פ.) האט געהאט זיין סעלפן א גאנצן טאג אויף די אויערן, און געשריגן צו איינעם אז זלמן לייב מוז שוין קומען צו פארן.
אינמיטן הער ווי ער זאגט, ער איז אויפן וועג... ווען וועט ער זיין דא...

אזוי האט ער פארציילט אז באלד גייט אהרן פלאצן.
באלד גייט אהרן ציזעצט ווערן
אט אט, גייט אהרן האבן די מפלה...

באלד... באלד. איז געווארן מארגן.

די מפלה איז געקומען אויף היידפארק.

קאענטפארן זענען איבריג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 22:17 לינק ישיר 

אהרן טייטלבוים דארף נישט קיינעמ'ס אישור.

זיין בעסטע און גרעסטע אישור, איז ביי די גע'גנב'טע און געהיידזשעקטע וואלן... "דזשאן סיקס"

אהרן טייטלבוים איז באלעבאס ווייל ער האט די פיפעל..
איר הארכט גיט דארטן אין מאה שערים...

ער האט די פיפעל... און זאלישל האט די מושחתים פאר וועמען מ'מאכט גראטעס...

ווי געפעלט אייך דאס מיסטער חורינער?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 22:19 לינק ישיר 

ווארהייט, מיט די אנדערע ניקס שרייבסטו דאך אז אין קרית יואל שפארט מען צו סטארס, אלעס וועגן איין מושחת?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 22:25 לינק ישיר 

ווידער פון אונזער שכן "אידישע נייעס אפסטעטיט"
----------------------------------------------------------------------
קרעדיט: דוקא (מנהל הפורם)

באקומען אין תיבה אישית:

עס איז געווען גאר א הערליכער מעמד. דער רבי איז אנגעקומען צום טאהשער ביהמ"ד ארום פינף נאך עלף, מען האט ממש נישט געקענט אטעמען אין ביהמ"ד, הונדערטער אידן האבן שוין געווארט זייט זיבן אזייגער! ווען דער רבי איז אנגעקומען וינועו אמות הסיפים, די גאנצע ביהמ"ד און אלע ארומיגע גאסן האבן זיך געהויבן פון די טענץ, מען האט געזינגען ניגונים, דער רבי האט גערעדט בערך צען מינוט געבנדיג דברות קודש ודברי ברכה. ביים אנפאנג פון די דרשה האט ער מקדים געווען אז ער האלט נאך פאר מעריב און ער יאגט זיך.

דער רבי האט געטאנצן מיט'ן ציבור, די פרייליכע קולות זענען געווען עד לב השמים, מען האט געהערט די מוזיק איבער'ן גאנצן שטאט און די גאנצע שטאט איז געווען איינגעהילט אין א גרויסע שמחה. עס זענען געווען מייקס אינדרויסן פאר די הונדערטער וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ.

א חלק עולם איז דורכגעגאנגען געבן די הענט נאך די דרשה, דערנאך האט מען געדאוונט מעריב. אויף מעריב האט מען שוין געעפנט די טירן, נאך מעריב האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויפ'ן ארון קודש און געוואונטשן בכלליות. דערנאך איז מען געפארן צו הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש.

היינט ארום 10:30 איז שחרית אין טאהשער ביהמ"ד, נאכ'ן דאווענען גייט דער רבי אויפנעמען נאר פאראויס באשטעלטע נגידים.

טאהשער חסידים ומעריצים שוועבן אין די לופטן פון דעם הערליכן באזוך.

---------------------------------------------------------------------------------------------------------
קרעדיט: 5_גארפיעלד

בשם תושבי קרית יואל דארפן מיר אויסדרוקן א הערצליכן דאנק פאר די גבאים פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, פאר'ן ברענגען דעם רבי'ן קיין קרית יואל.

אזוי האבן מיר די מעגליכקייט צו ווייזן פאר די קינדער דעם געשטאלט פון א צדיק פון פריערדיגן דור.

דאס דארף אויך דינען אלס לעקציע פאר אלע אנדערע היימישע רבנים ואדמורי"ם זיי זאלן מער אפט קומען קיין קרית יואל פראווענען, זיי וועלן אי"ה אלע מצליח זיין.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 22:38 לינק ישיר 

די זאליס האבן איינגעריסן וועלטן אז זייער שטריק פון ברוקלין זאל אריבערגעקומען און דערלאנגען א פאליטישן טויטקלאפ פאר אהרן.

זלמן לייב איז שוין געווען נאכן שינת צהרים. אויסגערוט ווי א מגדל ח.... און זיך ארויסגעלאזט מיט א גאלאפ קיין קרית יואל, און היידזשעקן די שאו.

אינטערוועגענס, נאך די דזשארדזש וואשינגטאן בריק, האט מען געמאלדן פון די שטוב פון טאהשער' רב, און ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז עס געווען דער באפעל פון ר' אלימלך דער רב הצעיר, אז מ'וועט אים נישט אויפנעמען. און ער קען זיך גיין לחיים ולשלום.

מ'האט פארפירט און געשטורעמט, ש.י. געלבמאן האט אנגעדרייט וו. לעפקאוויטש, מ. שווימער און אנדערע גרויסע עשירים אז מ'זאל אים יא אויפנעמען, אבער עס האט נישט געארבעט און ס'איז ליידער געווארן
נצחו טאהשער את אמעראצים, ונשבה ארון שטריקעס שבעולם, מאכענדיגע א סוקספעלן בואו בשלום אהיים קיין ווילי אבל וחפו ראש. (אזוי ווי ער האט געטאן ביי די לוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל).

והעיר קרית יואל צהלה ושמחה

יעצט חורינער/90 מיט געזעגענען/עקשטיין,
צוריק צו די קללות אבער, ביטע אן ניבול פה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 22:56 לינק ישיר 


צו די אלע וואס ווילן ציען פעדעמער פאר פאליטישע מסקנות פון טאהש'ער רבינ'ס באזוך אין מאנרא, ברענג איך אייך א לינק פון א תגובה וואס איך האב געשריבן פאריאהר זומער, וואס האט נאכנישט פארלוירן איר אקטועלקייט.

אט איז די לינק
http://hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=2&topic_id=1071362

און אט איז די תגובה


טאהש איז נאך צוריק געבליבן מיט די נייע פאקטן ווער ס'איז כשר און ווער ס'איז טרייף.

דארפסט פארשטיין אז ס'איז אביסל שווער געווען מיטצוהאלן די לעצטע פאר יאהר ווער ס'איז רעכט ווער ס'איז לינק און ווער ס'איז טרייף.

אייער נעכטן איז בני יואל שארמאש און די רעבעצינס מענטשן געווען חזיר-טרייף, היינט זענען זיי די בעסטע ברודער.

נעכטן האסטו פארלאנגט טאשער רבי זאל אונטערשרייבן אז די פובליק סקול איז מותר לכתחילה, היינט האלטסטו אז ס'איז טרייף.

נעכטן איז קיט"ל בקר"י און דאס שטעטל קרית יואל געווען דער קרוין פון מלכות סאטמאר, היינט איז עס א סעקאנד קלעס שטיעף קינד, איינער פון די צענדליגער בתי מדרשים אין קר"י ווי מ'האט געגעבן פריטשאג כ"ו אב נאך בית יואל, שארמאש, ויואל משה, קומט קיט"ל.

נו, די טאהשער זענען נאך אביסל צוריק געבליבן און זענען שוין צעמישט פון אונזערע ליניע טוישן יעדער פאר יאהר, ביי זיי איז נאך א קעמפ פון סאטמאר קרית יואל כשר למהדרין מן המהדרין.....

אגב, איך הער אז אין טאהשער קרי' סופערמארקעט ווערט בריש גלי' פארקויפט "דער בלאט" זייט ביי די זייט מיט דער איד , נו, עבירה גוררת עבירה.



פונקט דערמאנט מיך איינער אז ווען טאהשער רבי איז געווען אין בארא פארק באנייען דעם דארטיגן טאהשער ביהמ"ד איז דער מאנטעווידעא רב געזיצן ביי די סעודה דער ערשטער אוי'ן אויבנאהן, דאס איז געווען אין "יענע" צייטן ווען ער איז נאך געווען כאזער-טרייף, א.א.וו.

ר' מיכל לעבאוויטש האט מען אין טאהש מכבד געווען ווען ער איז נאך געווען אסור לבא בקהל ביי אונז אין סאטמאר,

ר' זלמן לייב, ר' אהרן, און מסתמא אפילו שלום אליעזר און ליפא קענען אויפגענומען ווערן אין טאהש מיט'ן גרעסטן און זעלבן כבוד אלץ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט'אס קינדער.

ממילא זענען אלע אייער מסקנות, פשעטלאך, און היומא לנו מזה'ס נישט רעלעווענט.

נאר וואס דען, זעט אויס די ראשי קהלה צו גבאים צו דער רבי אליין האבן באשלאסן אז דאס איז דער דרכי שלום וועג אצינד, ווען דו קומסט צו יענעם אין שטאט אריין, בפרט אז דו האסט דא אן אפיציעלע אמבאסאדע-שוהל אין יענעמעס טעריטאריע, האבן זיי באשלאסן יא צו גיין און פולקאם קאאפערירן מיט די לאקאלע באהערדע.

און אז טאהשער רבי וועט זיין נעקסטע וואך אין וויליאמסבורג וועט ר' זלמן לייב באקומען דעם זעלבן כבוד אן אויסנאם.

הוספה
און אויב ווילט איר א ראי' צו מיינע פריערדיגער רייד
איז פרשת העירוב בוויליאמסורג יוכיח, די בריוון פון טאהש'ער רבי, געדענקט איר?


תוקן על ידי - אינגערמאן - 12/04/2005 0:19:35



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 23:05 לינק ישיר 

מצורף קובץ

...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 23:14 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אינגערמאן.
ביסט א געפערליכער משכיל!

די זעלבע בילד, אביסל ליכטיגער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.