|
|
| נשלח ב-11/4/2005 23:34 |
|
| |
ווארהייט באקט פון מינוט צו מינוט.
די ווייסט אויך אז די גאנצע מעשה איז שקר, קיינער איז נישט געפארן קיינער איז נישט געקומען.
איך זעה נישט און רז"ל קומען קיין קר"י צום טאהשער רבי'ן א קלאפ פאר אהרן טייטלבוים, אזוי אז די גאנצע מעשה איז נישט אמת.
די גאנצע מעשה מיט ש"ץ געלבמאן מענדל שווימער, וו. לעפקאוויטש וכו', איז אזוי אמת ווי "מן הסתם" דאווענט דריי מאל א טאג.
און צוריק צום פוינט דער באזוך פון טאהש'ער רבי'ן ביי אהרן טייטלבוים מיינט גארנישט.
עס וואלט נאר אונטערסאנט געווען צו זעהן וואספארא קללות מיט ליצנות וגידופים וואלט "מן הסתם" געשריבן ווען טאהש'ער רבי זאל ווען נישט קומען צו אהרן.
צום ביישפיל: "דער בלאט" פלעג באטיטולען דעם ירושלימ'ער רב ר' יצחק טובי' ווייס מיט תוארים ווי פוסק הדור, הנשר הגדול, שר התורה והיראה, וכו' דאס אלעס איז געווען ביז זיין באזוך און ביהמ"ד "ויואל משה" דסאטמאר.
זונט ווען ער האט לעגטאמירט די צווייטע קהלה, איז געשניטן געווארן די תוארים, די באריכטן זענען מינאריש, וכו' וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 01:12 |
|
| |
פארוואס דארף מען אזוי לאנג רעדן פון די שטותים אין א נארמאלע אשכול ???
איינער דא זאל ביטע ברענגען א געהעריגן באריכט פון דעם באזוך.
כ'הער אז ביי יודי גאלדבערגער איז אריינגעקומען ארום $600,000 ???
אין ביהמ"ד איז געווען שטיקעדיג הייס ווען 300 מענטשן האבן זיך אריינגעשטופט אין דעם שול ???
ר' אברהם ווידער האט גערעדט מיט מענדל שווימער דריי שעה אין א צי ווי אלטע פריינט.
מען האט כמעט נישט אריינגעלאזט קיין אהרונים, לכתחילה די זאלי'ס אויך נאר ווער עס האט געהאט שייכות אמאל מיט טאש. מען האט זיך נאר געקענט אריינכאפן פן די זייטיגע טיר.
וויאזוי איז געווען ביי יוסף פנחס סטרולאוויטש ???
וואו האט טאשער רבי געדאוונט היינט ???
צו איז אמת אז טאשער רבי גייט אנהייבן ארום צו פארן איבער די וועלט צו שנארן פאר די כמעט באנקראטירטע מוסדות ???
אגב, ווער עס זאגט וואס טאשער רבי האט געפרעגט און געענטפערט, איז מסתמא ליגנט.
טאשער רבי רעסט אזוי שוואך אז מען קען כמעט נישט פארשטיין וואס ער רעדט.
און לו יהא אז ער וואלט געפרעגט דעם רב אומאנגענעמע שאלות, וואלטן די וואס פארשטייען עס אויך נישט איבערגעזאגט, ובפרט ברבים.
נאך א אינטערעסאנטע הערה:
ר' אלימלך טאשער האט אין די לעצטע יארן גענומען א פארקערטע ליניע פון די ניימאנ'ס, און ער זוכט דירעקט צו ארויסווייזן נאנטשאפט מיטן רב. ווי מען האט זיך איבערצייגט ביי עטליכע פרשיות.
יעצט האט ער געוואלט ווען דער רב איז געווען ביי יודי גאלדבערגער אז דער טאשער רבי זאל ארויסגיין באגלייטן דעם רב ביז אויף די גאס, און ער האט אליין אנגעכאפט דעם טאטנ'ס הענט און גענומען גיין מיט אים ביז צו די טיר.
אבער דער רב שליט"א, ביים זען די שוואכקייט פון טאשער רבי, האט זיך צוויי מאל אויסגעדרייט און געגעבן די הענט פארן טאשער רבי'ן, די צווייטע מאל איז שוין טאשער רבי געווען קוים צען טריט אוועק פון די טיר, און אזוי ארום פארזיכערט אז דער טאשער רבי זאל זיך מוזן צוריק דרייען.
טראץ וואס עס וואלט אים ווען געווען א געוואלדיגער כבוד ווען עס וואלט געווען בילדער ווי דע רטאשער רבי שטייט ביים טיר !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 01:33 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 02:29 |
|
| |
איך שטים צו צו אינגערמאנס תגובה, אז די טאהשע גבאים זענען מורא'דיג אומבאהאוונט אין די סאטמאר'ע פאליטיק, דערצו זענען זיי יעצט "אנדער פייער" צוליב די אנגייענדיגע מלחמות אין קרית טאהש, וואס דאס איז אויך די סיבה פארוואס מען ברענגט דעם טאהשער רבי קיין ניו יארק.
אבער דאס איז זיכער אז דאס קענען פירן אין קרית יואל אויף אזא גרויסן פארנעם איז אדאנק די רעוואלוציע וואס איז אנטשאנען אין קרית יואל.
היינט צו טאגס קען יעדער ערליכער רבי קומען און זיך עפענען א קהלה אין קרית יואל, און קיינער האט נישט דעם כח אים אפצוהאלטן.
יגדיל תורה ויאדיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 02:44 |
|
| |
איך בין חולק אויף דעם.
אין האלט אז די טאהש'ער גבאים זענען באהאווענט גאר גוט און סאטמארער פאליטיק, און נישט סתם באהאוואנט.
נאר וואס.
זיי קענען באשטיין צו שפילן אייגענע פאליטיק, וואס עס לוינט זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 02:55 |
|
| |
בדרך אגב, די טאהשע פאליטיק איז היינט אזוי פארדרייט און פארקניפט אז ס'איז שווער צו פארשטיין, אויף אזוי ווייט אז אפילו רוב טאהשער איינוואוינער ווייסן נישט פונקטליך ווער איז קעגן וועם וכדומה, דערצו ארבעט עס נישט מיטן כלל אז מיין שונא'ס שונא איז מיין גוטער פריינד, מען קען זיך ערלויבן עטליכע שונאים אויף אמאל. דערצו האלט זיך עס און איין טוישן.
איין זאך איז זיכער אז די סייד בענעפיטס דערפון איז, אז ביז יעצט פלעגט דער טאהשער רבי זיצן אין טאהש און קיינמאל נישט ארויספארן, ווייל מען האט זיך געבאדן אין מיליאנען, היינט אבער אז דער טאהשער רבי מוז ארומפארן שאפן געלט, קען דער כלל ישראל מער הנאה האבן פון אים, מען קען ווייזן פאר די קינדער זיין הייליגע צורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 04:53 |
|
| |
גענומען פון פורום בחצרות חסידים
קרעדיט פאר אוהב ישראל און כל העולם כולו
השבוע ביקר האדמו"ר מטאהש - קנדה
אצל המרא דאתרא הגאון הצדיק רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בקרית יואל שבמונרו.

|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 04:56 |
|
| |
וואס? מ'קריגט זיך שוין דא צו טאהש'ער רבי שליט"א איז אן אהרוני אדער זלמוני?
איך ברעך!!!!
ברענגטס א שיסל!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 04:58 |
|
| |
א טאשער שיסל ???
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 05:47 |
|
| |
געזעגענען: מיט דעם וואס דו שרייבסט
"דער טאהשער רבי שליט"א האט אים דערציילט אז ער האט א בית המדרש דא אין שטעטל, און געפרעגט אהרן אויב ער האט אויך?..."
גיבסטו אנצוהערן איינע פון די צווי
1) טאהש'ע רבי איז א טשעפניאק
2) טאהש'ע רבי'ס מוח, פון א "עלטער" קוק ווינקעל, איז זייער באגרעניצט.
אזוי צו אזוי ביסטו שולדיג אן איבערבעטונג פאר טאהש'ע רבי און זיינע חסידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 06:09 |
|
| |
פייערמאן און יוסל90, איר האט נישט פארשטאנען מיין תגוכה, יאך זאג נישט אז די טאהשער גבאים זענען תמימי לב פון עמיש-טאון וואס ווייסן באמת נישט וואס ס'גייט פאר... זיי נישט קיין נאר, יעדער רבי'שע הויף ווייסט וואס טוט זיך ביי יענעם, ובפרט ווען מען לערנט זיך היינט אויף יענעמ'ס מיסטעיקס.
מיין פוינט איז, אז קיינער מוז נישט נאכטאנצן אונזערע טריפה-כשר ליניע אויפ'ן טאקט, ווען דאס האט זיך געטוישט און געשפרינגן הין און צוריק אין א זיג-זאג ליניע, היינט-כשר מארגן-טרייף און חוזר חלילה.
אוודאי פארשטייען זיי זיך זייער אייגן שטעטל, אבער ווייסט וואס זייער גאנג איז: איך קריג זיך נישט מיט קיינעם, יעדער איז ביי מיר כשר.
ביי אונז איז מען נישט רגיל צו אזא גאנג, דער "פוי שייגעץ ארויס" מענטאליטעט ליגט ביי אונז אין בלוט און אין חינוך פון גאנץ יונגערהייט. און געווענליך די ביי וועם נישט זענען שוין אריבער צו ליבעראל און זענען מער לינק אגודיסטיש אא"וו, טאהש איז אבער יא קנאיש און רעכט געשטימט און פארט נישט איינשטימיג מיט די "שייגעץ ארויס" מענטאליטעט.
אין טאהש איז וועלקאם אויף איינמאל, קאשויער רב זצ"ל מיט להבחל"ח קרית יואל'ער רב, ניקשלבורגער רבי מיט אחים לויפער און שמואל פריעד, וויליאמסבורגער רב מיט'ן ברודער פון קרית יואל און אפילו מיט ר' יוסל וואלדמאן, און אפילו דער גרעסטע קנאי מיט עפעס א לינקער אגודאי.
ר' משה בער בעק איז אויך אן אפטער גאסט אין טאהש, ווי מען רופט איהם אויס "הרב" און ער באקומט קירבות, טראץ וואס טאהשער רבי שטיצט נישט זיין שיטה פון גיין זיך האלזן מיט די אראבער.
און ניין, ס'איז נישט קיין פאליטיק... ס'איז טאהש! אזוי איז דאס געווען אייביג, יעדער האט זיך געפונען דאס פלאץ דארט, און מיטן אן אמת.
און וואס דו שרייבסט אז טאהש האט אייגענע פראבלעמן, בין איך נישט אזוי באקאנט דערוועגן, אבער די אויבנדערמאנטע איז מיין אפשאצונג אויף די קארענט איווענטס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 07:46 |
|
| |
ווער איז דער גראבער יונג נעבען דער טאשער רבי?
אפשר האט איינער א טעיפ פון די געשפרעך צווישען ר' אהרן און טאשער רבי? מען זאגט עס איז געווען מוראדיג אינטערסאנט
וואס גייט לעצטנס פאהר אין טאש גאר הייסע פאליטיק
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 10:36 |
|
| |
איך זעה אז דער עולם קען נישט קיין היסטאריע. דעם טאש'ער רבי שליט"א וואס אלעמאל געווען א צדיק הדור איז אמאל געווען אומגאנצען אפגעפרעגט אין סאטמאר, אסאך וואס געדענקען דאס האבן פארשידענע מחשבות.
|
|
|
|
|