בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/4/2005 19:11 לינק ישיר 

די נארישע תגובות פון פייערמאן און יוסל90, מאכן איינעם אויסקוקן ווי מ'רעדט דא צו יונגלעך.

זיי ווילן איינרעדן, אז וויבאלד כ"ק אדמו"ר הגה"ק מטאהש קומט קיין קרית יואל, איז א סימן אז דאס אייז האט זיך געבראכן - הפנים זיי ווילן פארגעסן אז:

1) שוין 20 יאר קומט בורשטינער רב קיין קרית יואל מדי שנה בשנה. - קיינער זאגט אים נישט קיין פיפס.
2) כ"ק אדמו"ר מסקולען פלעגט אלע יאר קומען קיין קרית יואל, ביז די רוגזה פון משה גבאי האט געפלאצט.
3) הגה"ק הרמ"א פריינד פלעגט אלעמאל קומען קיין קרית יואל אויף שבתים און פראווען רבי'סטע. מ'האט אים קיינמאל נישט געשטערט חלילה.

עס איז דער גרעסטער כבוד פאר קרית יואל, אז צדיקים און מנהיגי הדור קומען אהער, מקרב צו זיין אידישע קינדער לאביהן שבשמים. און יעדער צדיק, יעדער ערליכער איד איז WELCOME.

אבער, ווען איינער (יהי' מי שיהי') קומט מיטן ציל צו מאכן מחלוקת. דעמאלט איז עפעס אנדערש. און ווי יעדער ווייסט איז דאס געווען דער איינציגסטער צוועק פון ר' דוד'קע קאהן. האט ער טאקע געהאט ליידיגע פארענטשעס. GOOD FOR HIM.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 19:49 לינק ישיר 

זאב

פארוואס רעדסטו אזוי ברמיזא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2005 21:16 לינק ישיר 

מפני הכבוד. אל תזכור לנו עוונות ראשונים. אז די ווילסט שרייב מיר אין תיבה אישית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2005 21:58 לינק ישיר 

ווארהייט לייג נישט אריין און מיין מויל דיינע אויסגעזויגענע שקרים.

איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז דאס אז טאהש'ער רבי קומט קיין קר"י איז ווייל אהרן האט זיך געבראכן.

איך האב געשריבן אז איר זענט אויף טויטע צרות, ווייל דער גאנצער באזוך פון טאהש'ער רבי איז ביי אייך ווי א זעץ פאר'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א, כאילו עס מיינט א "אישור" אז אהרן איז נאך רב און קרית יואל.

דאס ווייזט טאקע אז אהרן'ס רבנות און קרית יואל ביים ציבור איז צושפילטערט, און העלפט "איינוואוינער" אויב נישט מער האלטן נישט אהרן פאר זייער רב, איר מיזט נעבן נוצן טאהש'ער רבינ'ס באזוך פאר א חיזוק פאר זיין אהרן'ס רבנות.

איצט, דאס וואס די שרייבסט אז רבנים זענען אלעמאל געווען וועלקאם און קרית יואל איז א שקר.

יעדער רב וואס איז געקומען קיין קרית יואל האט זיך געפונען און אנגסט פאר ער האט געדארפטגיין באזוכן דעם מרה דאתרא אהרן טייטלבוים.

יעדער האט מורא געהאט צו ער וועט נישט אריינפארן מיט גידופים צו נישט.

ווי למשל

דער הייליגער ירושלימ'ער רב רבי משה ארי' פריינד זי"ע, וועלכער איז געקומען מ"ו צופארן קיין ניו-יארק צו מענדעלע ט"ב חתונה אין האט זיך אנגעטאן א שטריימל, וואס האט געהייסן דעמאלץ גאר א אויפמערקזאמע זאך.

אפאר טעג נאך די חתונה איז דער ירושלימ'ער רב (דעמאלץ געווען נאך דער ראב"ד) געגאנגען באזוכן אהרן טייטלבוים, די גבאים פון אהרן האבן אים געזאגט אז ר' משה ארי' שטייט שוין אינדרויסן פון בילדונג ער זאל אים ארויסגיין אפווארטן ווי עס פאסט,האט ער נישט געוואלט אויסהערן, נאר ער איז געבליבן זיצן ביים טיש מיט די הענט אויף די גמרא, און נאר וואס ווען ר' משה ארי' איז ערשיינען און אויפנאמע צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט בגאוותו, און מיט א שטימע פון א בער וואס בלאזט שופר געזאגט "שלום עליכם".

ביים כיבוד האט ער מכבד געווען ר' משה ארי' מיט טראבן, ווער עס האט דעמאלץ צוגעזען ווי אזוי דער אהרן האט געגעסן די טראבן האט געכאפט א גראל, יעדן טראב האט ער אויסגעשפיגן די קערעלעך פון מויל מיט אזלזול, איין קרעלע איז געפלויגן אויף ר' משה ארי' פנים, (עס האט דערמאנט יעדן ווי אזוי אהרן האט אלס בחור געזאפט און געטרינקען די זיפ ביים טשערנאביל'ער יארצייט, ווען זיין טאטע האט עם שפעטער אויסגעפראסקעט און שטוב)


ווער געדענקט נישט ווען ר' משה ארי' איז געקומען אין קרית יואל איינמאל, און באזוכט אהרן'נען, און אהרן האט מורא געהאט אז ער גייט בלייבן אויף א שבת און קרית יואל, האט ער עם געפרעגט "צו נאסויד'ער רב האט געפירט טיש זייענדיג אויף א שבת און שינאווא", וועלענדיג מרמז זיין פאר ר' משה ארי' אז ער זאל נישט פירן קיין טיש און קרית יואל.

ווארהייט
אויס וויסטו נאך סחורה, שרייב ווייטער, עס איז דא א געוואלד סחורה צו באשרייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 22:22 לינק ישיר 

יוסעלע, אלעס וואס די שרייבסט איז 100% אמת, איך בין אליינס דארט געווען, די פארפעלסט צו שרייבן אז ווען ר' אהרן האט גענדיגט צו שפייען די טרויבן אין ר' משה ארי'עס פנים, האט ער אנגעהויבן צו ווארפן באטלעך און גלעזלעך אויף זיין קאפ, און דערנאך האט ער געווארפן טישן און בענקלעך אזוי אז ער האט עם שיעור נישט געהרגעט, נאך א מזל אז יוסעלע ניינציג פון ירושלים איז דארט געווען און האט עם ארויס געראטעוועט כל עוד נשמתו בו,

די קראנקער זכר הער אויף מיט דיינע טיפשות'דיגע קראנקע פאנטאזיעס, די פארשעמסט דיין בעל הבית משה גבאי און זיין נאכשלעפער ר' זלמן לייב טייטלבוים.

אויך פארשעמסטו דעם צדיק וקדוש רבי משה ארי' שליט"א וואס איך האב אליין געזען 2 מאל ווי בעפאר ער האט געטיילט שיריים פאר די חסידים האט ער מכבד געווען דעם קרית יואלער רב שליט"א צו נעמען פונעם טאץ פירות אזוי עס זאל זיין שיריים פון ביידע צדיקים. על אפם וחמתם פון די שונאים פון רבינו שליט"א (פאר ער האט תשובה געטוהן, לדעתכם) און פון קרית יואלער רב,

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 12/04/2005 22:29:09



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2005 22:53 לינק ישיר 

די קאנעקשאנס פון אהרן טייטלבוים מיט האי סבא קדישא ירושלימ'ער רב איז באוואוסט פאר יעדן, און קענסט שרייבן דיינע אויסגעזויגענע שקרים, עס ווייסט יעדער איינער מילא דעם אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 22:58 לינק ישיר 

יאשקע, איך זעה אז עס איז געלינגען אין ציל.
און איך וועל פרובירן עס צו באווייזן נאכאמאל. השי"ת זאל מיר העלפן, אז עס זאל מיר דאסמאל אויך גיין אזוי געשמירט.


דו שרייבסט:
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז דאס אז טאהש'ער רבי קומט קיין קר"י איז ווייל אהרן האט זיך געבראכן.

ענטפער באלד וועסטו שוין לייקענען אונזער היימישן גר פון 37 יאר צוריק. אז די ווילסט צי צוריק.

דו שרייבסט:
איך האב געשריבן אז איר זענט אויף טויטע צרות, ווייל דער גאנצער באזוך פון טאהש'ער רבי איז ביי אייך ווי א זעץ פאר'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א, כאילו עס מיינט א "אישור" אז אהרן איז נאך רב און קרית יואל.

דאס ווייזט טאקע אז אהרן'ס רבנות און קרית יואל ביים ציבור איז צושפילטערט, און העלפט "איינוואוינער" אויב נישט מער האלטן נישט אהרן פאר זייער רב, איר מיזט נעבן נוצן טאהש'ער רבינ'ס באזוך פאר א חיזוק פאר זיין אהרן'ס רבנות.

ענטפער: זיכער איז א חיזוק ווען משה גבאי קאלט און סראטשעט אז מ'טאר נישט גיין צו אהרן טייטלבוים און מ'רעכנט זיך מיט אים היינט, פינקט ווי מ'רעכנט זיך וואס יאשקע 90 און פרויקע שטערן זאגן... געלויבט צו השי"ת.
* זיכער איז א חיזוק ווען מ'הערט אז נישט קיין אנדערע ווי ר' אלימלך טאהשער הייסט פאר'ן גרויסן גאון הפ"ר שליט"א צו מאכן א שיינעם רינדעכיגן בואו בשלום, ווייל ער וויל ווידער פיקסן (נוסח פראדעל).
* זיכער איז א חיזוק אז מרדכי קאהן זאגט צו א מעלאנע, און מ'זאגט אים - אז מ'וועט זיך נישט ברעכן פאר קיין שום טעראר...


דו שרייבסט:
איצט, דאס וואס די שרייבסט אז רבנים זענען אלעמאל געווען וועלקאם און קרית יואל איז א שקר.
יעדער רב וואס איז געקומען קיין קרית יואל האט זיך געפונען און אנגסט פאר ער האט געדארפטגיין באזוכן דעם מרה דאתרא אהרן טייטלבוים.
יעדער האט מורא געהאט צו ער וועט נישט אריינפארן מיט גידופים צו נישט.

ענטפער: איך האב דיר געשטעלט דעם פאקט פון בורשטינער רב, אז ער איז געווען וועלקאום די לעצטע 20 יאר.
ביסטו מודה יא אדער ניט?

איך האב דיר געשטעלט דעם פאקט אז כ"ק אדמו"ר מסקולען איז געווען וועלקאם אלע יארן, ביז משה בן פראדעל האט אנגעהויבן א מלחמה מיט אים, ווייל דער סקולענער רבי האט אמאל מכבד געווען נחמן בראך...
איז עס אמת אדער נישט?

כ"ק הגה"ק הרמ"א פריינד זצ"ל איז געקומען יארן לאנג אין קרית יואל און דייקא יא געפירט טיש אינעם גרויסן ביהמ"ד וואס קיין שום רב אדער רבי בעולם האט קיינמאל נישט געהאט... אויב דאס מיינט נישט וועלקאום... וואס מיינט יא?


דו שרייבסט:
ווי למשל
דער הייליגער ירושלימ'ער רב רבי משה ארי' פריינד זי"ע, וועלכער איז געקומען מ"ו צופארן קיין ניו-יארק צו מענדעלע ט"ב חתונה אין האט זיך אנגעטאן א שטריימל, וואס האט געהייסן דעמאלץ גאר א אויפמערקזאמע זאך.

ענטפער: און אז כ"ק אדמו"ר האט זיך אנגעטאן א שטריימל ביי אליעזר קעסטנבוימ'ס פינה ווי דער גרעסטער שיכור, איז עס אויך די שולד פון אהרן טייטלבוים?

און צווייטנס: אויב רבי משה ארי' פריינד זצ"ל האט געגעבן א קוויטל פארן רבי'ן (איך האב אליין געזען) איז עס א סימן אז מ'האט אים געצווינגען?

און אויב צווינגען, ווער האט געצווינגען אויב נישט דער אפגעריסענער טעראריסט און שלעגער משה בן פראדעל וועמען די ווילסט יעצט קאווערן?
זיי די מודה?


דו שרייבסט:
אפאר טעג נאך די חתונה איז דער ירושלימ'ער רב (דעמאלץ געווען נאך דער ראב"ד) געגאנגען באזוכן אהרן טייטלבוים, די גבאים פון אהרן האבן אים געזאגט אז ר' משה ארי' שטייט שוין אינדרויסן פון בילדונג ער זאל אים ארויסגיין אפווארטן ווי עס פאסט,האט ער נישט געוואלט אויסהערן, נאר ער איז געבליבן זיצן ביים טיש מיט די הענט אויף די גמרא, און נאר וואס ווען ר' משה ארי' איז ערשיינען און אויפנאמע צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט בגאוותו, און מיט א שטימע פון א בער וואס בלאזט שופר געזאגט "שלום עליכם".

ענטפער: דיין ליגענט האט נישט קיין כתף און נישט קיין נטף.
ראשית: די מעשה איז הויל בלאף. אויסגעזויגן מחמת דעפרעסיע.
ר' אהרן איז שטענדיג ארויסגעגאנגען צו אים. און די בילדער זענען מעיד דערויף.

שנית וועסטו מיר זאגן אז די גבאים פון ר' משה ארי' האבן אים איבערגעלאזט און אריין אין שטוב צו ר' אהרן, אים זאגן ער זאל ארויסקומען אויפנעמען דעם ירושלימ'ער רב?

און דריטנס שרייבסטו:
אז אהרן טייטלבום האט זיך אויפגעשטעלט בגאוותו און געזאגט מיט א גראבע שטימע שלום עליכם.

נעבעכל, וואס האסטו געוואלט. ער זאל אים זאגן אין אויער אריין שלום עליכם זיצענדיג...?
שוטה איינער!


דו שרייבסט:
ביים כיבוד האט ער מכבד געווען ר' משה ארי' מיט טראבן, ווער עס האט דעמאלץ צוגעזען ווי אזוי דער אהרן האט געגעסן די טראבן האט געכאפט א גראל, יעדן טראב האט ער אויסגעשפיגן די קערעלעך פון מויל מיט אזלזול, איין קרעלע איז געפלויגן אויף ר' משה ארי' פנים, (עס האט דערמאנט יעדן ווי אזוי אהרן האט אלס בחור געזאפט און געטרינקען די זיפ ביים טשערנאביל'ער יארצייט, ווען זיין טאטע האט עם שפעטער אויסגעפראסקעט און שטוב)

ענטפער: נניח, אז אהרן טייטלבוים האט אויסעשפיגן א קערל און עס איז דירעקט (אומדירעקט) געפאלן אויף ר' משה ארי' הייליגע פנים.
איז עס א סימן אז ר' משה ארי' איז נישט געווען וועלקאום אין קרית יואל? ווייל א קערל איז געפאלן אויף אים.
און וואס וואלט רח"ל פאסירט, אז אויב ביים שטיפן זיך, וואלט זיך א בעכער וויין אויסגעגאסן אויף ר' משה ארי' הייליגע בעקיטשע, וואסערע סימן וואלט עס דעמאלטס געווען?


דו שרייבסט:
ווער געדענקט נישט ווען ר' משה ארי' איז געקומען אין קרית יואל איינמאל, און באזוכט אהרן'נען, און אהרן האט מורא געהאט אז ער גייט בלייבן אויף א שבת און קרית יואל, האט ער עם געפרעגט "צו נאסויד'ער רב האט געפירט טיש זייענדיג אויף א שבת און שינאווא", וועלענדיג מרמז זיין פאר ר' משה ארי' אז ער זאל נישט פירן קיין טיש און קרית יואל.

ענטפער:
ווער געדענקט נישט...:
קיינער געדענקט נישט! ס'איז א פרישע רינגעלע פון דיינע געבעקסן... ווער געדענקט נישט?...

סאו, ווען האט אים ר' אהרן געפרעגט די מורא'דיגע רמיזה, פאר ער האט אים אוועקגעגעבן דעם ביהמ"ד צו פירן טיש דארט אדער נאכדעם?
איך געדענק ווי ר' אהרן אליין איז אריבערגעקומען צו די הערליכע טיש וואס הרמ"א פריינד האט געפירט אין ביהמ"ד. ס'איז געווען א מחזה הוד צו זען.


ווארהייט
אויס וויסטו נאך סחורה, שרייב ווייטער, עס איז דא א געוואלד סחורה צו באשרייבן.


אויב די קענסט נישט אן ליגענט, שרייב בעסער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 23:04 לינק ישיר 

ווארהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2005 23:40 לינק ישיר 

ווארהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 23:41 לינק ישיר 


אויב איז איינער צושפילט געווארן איז דאס "ווארהייט" פון וויליאמסבורג.



לאמיר גיין ענטפערן שטאטעלעך.

א. בורשטינער רבי זאל קומען קיין קרית יואל שטערט נישט פאר אהרן ווייל זיי פרעסטיזש און זיין שטעלע איז נישט אזוי גרויס אז ער זאל שלעפן מענטשן, די זעלבע זאך איז מיט ר' אייזיק ספינקא'ער וכדומ'.

אבער סקולענער רבי, און ר' משה ארי', און קרעטשניפער רבי, און תולדות אהרן רבי וכו', וואס שלעפן א גרויסן ציבור, וועלכע אהרן טייטלבוים האט נעבעך נישט געקענט צו קוקן, שטערן יא פאר אהרן.


ב. בכלל שרייבסטו כאילו אז אלע פראבלעמען און מאנארא מיט אהרן איז וועגן משה בן פראדל, פארוואסט באהאלסטו אז די "וארהייט" פערזענליך איז געווען איינע פון די גרעסטע פראבלעמען ווען די האסט געשלאגן פערזענליך רבנים למשל ווי דער שארמאש'ער.

ג. אויף יעדע מעשה וואס די האסט נישט וואס צו ענטפערן זאגסטו נטף כתף שקר כזב, דאס מיינט נאכנישט אז די האסט גענטפערקט, אפשר נאר אזעלכע קליינע קעפ ווי 911 (וועלכער איז באוואוסט דא אויף הייד פארק מיט זיין קליין קעפיגקייט) זענען בארואויגט אבער א פארשטענדליכער נארמאלער מענטש נישט.


ד. איצט צום ענין סקולענער רבי איז געווען און קרית יואל פאר צווי יאר, און איז אהרן נישט געגאנגען באזוכן, קרעטשניפער רבי איז געווען פאר דריי יאר און קרית יואל און איז אהרן נישט געגאנגען באזוכן, איצט ווי קומט אריין דא נחמן בראך און אנדערע נארישקייטן.


ה. אהרן טייטלבוים פלעגט זיך אויפפירן און פראנט פון רבנים ווי א צודרייטטער שיכור, ער איז יעדן אריינגעפארן מיט ליצנות מיט גידופים, און דאס האבן די רבנים נישט ליב געהאט.

ו. ווען מ'זיצט פאר א רב איבערהויפט ווי א סבא קדישא ווי ר' משה ארי' פאר תלמידיו פונעם רבי'ן זי"ע, וועלכער איז שוין דעמאלץ געווען אינמיטן די שבעים, און אהרן איז נאך דעמאלץ געווען אינמיטן די שלושים, מעג מען זיצן מיט הכנעה, קערעלעך פון טראבן שפייט מען נישט ווי א שיכור וואס ברעכט אויס זיינע געמויזעכטץ, מ'שפייט נישט יענעם און פנים, דאס שפייען קרעלעך מאכסטו אויך נישט אפילו ווען די זיצט נעבן דיין טאטן, נאר אזא שיכור ווי אהרן וואס עסט טראבן פונקט ווי קאני ראטענבערג.


ז. פארדריי נישט ווידער מיינע ווערטער, כ'האב נישט געשריבן ר' משה ארי'ס גבאים האבן געזאגט פאר אהרן אז ר' משה ארי' איז אינדרויסן, כ'האב געשריבן אז אהר'ןס גבאים, מיינענדיג יודעלע וויינשטאק, און די אנדערע שטוב מענטשן.


ח. ר' משה ארי'ס געבן פאר'ן רבי'ן א קוויטל קומט בכלל נישט אריין דא, עס איז אבי אריינגעהאקט כדרכך ווען די האסט נישט וואס צו ענטפערן, ווי די שרייבסט, יאשקע מיט פרויקע.


ט. קיינער האט נישט געמיינט מיט'ן שטריימל פון ר' משה ארי' ביי מענדעלע'ס חתונה אז עס איז א דבר מגונה, נאר עס האט געהייסן א שטארקע דזשעסט פאר'ן רבי'ן און א שטיקל קלאפ פאר זיינע קעגענער'ס, און אהרן טייטלבוים וואלט דען געמעגט האבן שכל און מקבל פנים זיין ר' משה ארי' נארמאלער און נישט ווי א שיכור פון קרעטשמע ארויס.


י. נישט יעדע מעשה וואס די ווייסט נישט איז נאכנישט טייטשט אז עס נישט אמת, דאס אז די ווייסט נישט אויף יעדען שטות וואס אהרן האט געזאגט בחייו איז נאכנישט טייטש אז דאס איז נישט אמת, מילא האט מען נישט געקענט קאנטארלירן יעדעס ווארט פון אהרן, ווייל אזוי ווי יעדער סאטמאר חסיד קען שרייבן א מעשה ביכל פון סיפורי צדיקים מיט'ן רבי'ן ז"ל, קען ער אויך שרייבן א ביכל פון פערזענליכע אנגריפן מיט דברי הבל וליצנות וואס ער האט געהאט מיט אהרן טייטלבוים, והדברים ידועים ועתיקים לכל.

יא. די פארגאנגענע וואך האט זיך געפענט דער בוטשער פון די אהרונים און וויליאמסבורג, כדי צו אויפרייצן זייערע אייגענע געמיטער, כדי צו קענען באאיינפלוסן זייערע אייגענע מענטשן (וועלכע לעכצען נאך א געווינס) צו קויפן אינעם בוטשער, האט מען דא געבאקן א מעשה אויף "הייד פארק", אז ביד"צ גייט עס אסר'ן מיט אנדער נארישקייטן כדי צו קענען פארקויפן א געווינס.

די זעלביגע איז איצט אויך מיט'ן טאהש'ער רבי, מ'באקט א מעשה אז משה קאלט, אז מרדכי קאהן סטראשעט מיט די אנדערע שקרים, און דערנאך זאגט מען אז די זאלונים האבן דערלייגט, דאס מיינט צוזאגן מ'בויעט א שקר אויף א שקר.


יעצט וועל איך אויך מאכן 6 מאל

תוקן על ידי - יוסף90 - 12/04/2005 23:49:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 23:53 לינק ישיר 

נו איך ווארט נאך אלץ אויף א ענטפער.
פארוואס האט אים ר' אהרן טייטלבוים געגעבן דעם ביהמ"ד צו פירן טיש?

הייסט דאס גענוג וועלקאום אדער נישט?
וואס נאך האט ער אים געקענט געבן... (צוויי קערלעך אין פנים?)

אויב ר' משה ארי'ס מענטשען זענען נישט געווען צופרידן דערפון - באלאנגען זיי אין א אינסטיטוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/4/2005 00:06 לינק ישיר 

ווידער בויסטו א שקר מיט א שקר

ערשטע שקר, אהרן טייטלבוים האט מסכים געווען צו געבן דאס ביהמ"ד פאר ר' משה ארי'.


צווייטן שקר ר' משה ארי'ס מענטשן זענען נישט געווען צופרידן


אזא פנים טראגט א שקרן.

אגב: אויף אלע פריערדיגע זאכן האסטו נישט וואס צו ענטפערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/4/2005 00:40 לינק ישיר 

מעשיות קען יעדער באקן און פארקויפן, בפרט אויף היידפארק.

אבער מיר אלע געדענקען דעם באקאנטן בילד, וואס איז געווען אין דער אידישער געדאנק, ווי רבי משה ארי' גיסט אן דעם כוס פארן רב, תמוז תשנ"ה.

דאס קען קיינער נישט אפלייקענען, און מער פון דעם דארף מען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2005 00:47 לינק ישיר 

דאס מיינט נישט אז ער האט עם ליב געהאט, און אז ער האט עס געטאן אחס ליבשאפט פאר אהרן ט"ב.

נאר ווייל עס האט געפאסט אזוי.


מיר אלע געדענקען דעם בילד סיון תשנ"ט
ווי אהרן טייטלבוים גוט מזל טוב פאר ר' זלמן לייב ט"ב ביי די חתונה פון זיין זון ר' יואל.

נו איז וואס ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/4/2005 03:09 לינק ישיר 

צוריק צו טאהש:
ר' אהרן האט נישט געטארט זיין ביי דער געלט מסיבה ביי דעם גאלדבערגער אין שטוב, ווייל דארטן זענען געזעצן זיינע גרעסטע שונאין ועחכע האבן זיך בפירוש אויסגענומען אז ר' אהרן וועט נישט קומען.

ר' אהרן איז אריינגעקומען טאהשער רבי'ן דורך א זייטן טיר וואו ער האט אים אויפגענומען אין א פריוואטן שטוב און נאכדעם איז טאשער רבי אריין צו דער מסיבה.
און דאס איז אין "זיין שטאט"...

פאר ר' אהרן' האט נישט געשמעקט אז ער האט געדארפט קודם גיין באזוכן דעם טאהשער רבי'ן פאר יענער קומט צו אים. אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה. תשנ"ט איז א פארגאנגענהייט און ממילא קען מען שוין נישט טון וואס שמעקט...


ווען ר' אהרן וואלט היינט געווען דער רב הצעיר... (געדענקט נאך איינער...) וואלט דער טאהשער רבי נישט געקומען קיין קרית יואל און אוודאי נישט אז ר' אהרן וואלט אים קודם באזוכט.... ועל אלה אני בוכיה...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.