|
|
| נשלח ב-13/4/2005 04:46 |
|
| |
פויליש:
צו דער טאהשער רבי וואלט געקומען בין איך נישט זיכער, מסתמא נישט. אבער צו אן אייגענעם "טאהשער בית המדרש" אין קרית יואל וואלט ער זיכער נישט געקומען, און ווער רעדט נאך פון ברענטשעס מיט גאנצן טאראראם דאס זיכער נישט.
אבער, צייטן האבן זיך געביטן...
אפילו די ווילידזש מוז זיך צושטעלן, פארפאלן עס גייט זיין וואלן...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 04:53 |
|
| |
פייערמאן שרייבט
אבער, צייטן האבן זיך געביטן...
אפילו די ווילידזש מוז זיך צושטעלן, פארפאלן עס גייט זיין וואלן...
פייערמאן
מען קען שוין אפשר וויסן ווער עס גייט געווינענן די וואלן??
איך מיין אז מען ווייסט שוין!!!!!
וואלן איז שוין נישט קיין גיטע לאזונוג אין קר"י ווייל סיי ווי פארלירן די זאליס{התאחדות הקהולת}
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 05:18 |
|
| |
אריגינעל קומט נישט אין דעם אשכול קיין סאטמארער פאליטיק, אבער כ'זע אז די אנגעווייטיגטע זאלי'ס געבן זיך אויס דא, דאן קומט זיך מיר אויך די רעכט.
ווער געדענקט נאך ווען פאר דריי יאר צוריק האט דער רב ניטאמאל געקענט גיין באזוכן דעם טאשער רבי'ן אין טאהש ווען ער איז געווען א האלבע וואך אין מאנטריאל ???
און היינט שטעלט זיך טאשע רבי אויף פאר אים פארנט פון זיינע גרעסטע שונאים, אין א טעריטאריע וואס דער שארמאשער האט געמיינט אז נאר ער וועט קענען זיצן אויבן אן !
און לכבוד דעם האט מען געמוזט מאכן א מעשה כאילו איינער האט געלייגט גרויס דגוש ווען ער קומט...
איך האב געהערט א לעבעדיגן עקסקלוסיוון באריכט פון א אהרוני וואס האט באוויזן אריינצוגיין אין טאשער ביהמ"ד פרי.
ער האט מיר געזאגט אז עס איז א שאד אז כ'בין נישט דארט געווען האלב עלף, ווען עס איז געקומען די ידיעה אז דער טאשער רבי גייט יעצט באזוכן דעם רב...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 05:28 |
|
| |
קיינער פון די זאלונים איז נישט אנגעווייטאגט און קיינער פון די זאלונים איז נישט אנגעזעצט.
פארוואס זאל מען זיין אנגעזעצט?
* ווייל דער פ"ר האט אין זיין אייגענע כלומר'שטע שטאט געמוזט שנעל לויפן במחתרת צו באזוכן דעם טאהשער רבי'ן, וואס איז היינט פאררעכנט צווישן די גדולי האדמורי"ם, און ער איז בשמחה אז דער טאהשער רבי האט אים נישט ארויסגעווארפן??
* נאך אזעלכע הערליכע אויפנאמעס פון טאהשער רבי'ן פאר די סאטמארער ראשי הקהילה??
* נאכן האבן די אכסניא ולינת לילה ביי הנגיד רבי יוסף פנחס סטרולאוויטש שליט"א חבר הנהלת הקהילה והמוסדות ויואל משה ד'סאטמאר??
* נאכן אויפנעמען הנגיד המרומם רבי יחזקאל בראך שליט"א ווען די צורה הקדושה פון טאהשער רבין שליט"א שטראלט און לייכט און באגלייט אים ארויס מיט א שמחה דקדושה??
* נאך די הערליכע מסיבה ביי רבי יעקב לייב פריינד שליט"א, וואו ער האט זיך פאראינטרעסירט וועגן קרית יואל ביים דיין רבי שמעון משה וואלדמאן שליט"א, זאגנדיג אז ער איז שטאטישער דיין??
* איזשע פארוואס דמיונ'סטו און פרובירסט בארואיגן דיינע נערוון אז די זאלונים זענען אנגעזעצט?? נאך וואס זאל מען זיין אנגעזעצט??
איין זאך וואס איך טראכט נאר אלס סיבה פאר די שרעקליכע אנגעזעצטקייט, איז ווייל דער טאהשער רבי האט געפרעגט אהרי אויב ער האט אויך אן אייגענע שול אין קרית יואל, אויף וואס אהרן האט געענטפערט מיט זיין גראבע באסאווע שטומפיגע שטימע: "נישט סתם א שול, נאר איך האב די גרעסטע שול"...
איז ווען די זאלונים האבן געהערט וואספארא פעסטער רב קרית יואל האט, דער בעל הפורים קרעפלעך און גרויסער "תאלמעד חאכעם" האט געענטפערט דעם טאהשער רבין צו די זאך אין זיבעטן ריפ אריין, זענען זיי געווארן צוטראגן און צושאסן, דעמאראליזירט און אנגעזעצט, ופני הזאלונים חפו!!! 
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 05:53 |
|
| |
דיין תגובה האט מיר איבערצייגט...
איך זע טאקע אז די זאלי'ס זענען נישט אנגעזעצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 05:54 |
|
| |
מצורף קובץאיר קענט געזונטערהייט האבן פאן, און זיך ארומשלאגן, אבער דאס מערסטע צו דער זאך האט גערעדט אינגערמאן.
טאהשער רבי האט נישט געמיינט דאס, און טאהשער רבי האט נישט געמיינט יענץ. ער האט נישט געוויזן פאר קיינעם און ער האט נישט געלרענט קיינעם טאנצן.
אין בעסטן פאל האט ער געזיכט נישט צו גיין דוקא קעגן...
יעדער איז ווילקאם אין טאהש, טשאטה, שארמאש, מענדל שווימער, יחזקאל בראך, דוד עקשטיין, ויואל משה, בני יואל, רבינו יואל,
אט איז א בילד וואס וועט דאס איבערצייגן, נאר אין טאהש קען דאס פאסירן דער גאב"ד זאל זיצן האנט ביי האנט מיט הר"ר מאיר יודל טשאטהער רב
ממילא איז א שאד די נארישע אמפערייען.

|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 05:58 |
|
| |
לידיעה בעלמא.
דער בילד איז פון דעם פריערדיגן באזוך פון טאשער רב.
אבער דו האסט צוזאמגעמישט צווישן דעם רב מיטן רבי'ן.
דער רבי ווייסט אזוי וואס און מיט וועמען ער רעדט, פונקט ווי ער האט ארויסבאגלייט יחזקאל בראך מיט א שמחה און איך ווייס וואס נאך.
ביי דעם באזוך אין קר"י, האבן זיך אסאך פרעמדע איבערצייגט אז דער טאשער רבי לעבט אין גאר א אנדערע וועלט ווי אונז.
און מאכט נישט קיין טעות.
איך בין נישט קיין טאשער.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 06:05 |
|
| |
איך הער פון טאהשער חסידים אז זיי זענען באגייסטערט פון דעם כבוד מלכים וואס די אפיציעלע קהלה און ווילעדזש אין קרית יואל (די מיט'ן גרעסטן שוהל) האבן אפגעגעבן פאר'ן טאהשער רבי'ן ביי זיין באזוך אין שטעטל.
עס איז געווען אויפ'ן מלכות'דיגן פארנעם ווי ס'פאסט פאר איינער פון די זקני צדיקי הדור.
איך הער אויך א שמועה, אז מען האט אנגעטראגן פאר טאהש די גרויסע שוהל פאר'ן קבלת פנים, אבער זיי האבן עס נישט אנגענומען, כ'פארשטיי נישט פארוואס, ס'וואלט געקענט זיין מעכטיגער דארט, זיך נישט צו דארפן אריינשטיפן אין טאהשער ביהמ"ד ווי הערינג
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 06:17 |
|
| |
זאל דער עולם זען ווי די זאליס, ווי געווענליך, הענגן זיך אן אויף א שטרוי!
טאהש'ער רבי קומט קיין קרית יואל, דער רב באטייליגט זיך ביים קבלת פנים, דער רבי שליט"א ווייזט ארויס א מורא'דיגע הערצה אין כבוד פארן רב שליט"א, ער שטעלט זיך אויף און באגלייט איהם טראץ זיין שוואכקייט, נאכדעם שלעפט זיך דער רבי איז זיך מטריח אין גייט אראפ צום רב אין שטוב פאר א באזוך און שמועסט זייער פריינטליך...
און guess what, די אהרונים זענען די פארלירער!!
פארוואס?
1) דער רב איז געקומען קודם באזוכען דעם רבין, און נישט פארקערט!
2) דער רב איז אריינגעקומען פון אן אונטערטיר במחתרת!
3) דער רב איז געווען נערוועז!
4) אלמלי, העטעכפעטעך, ווען דער רב איז ווען רב הצעיר וואלט די טאהשער רבי, מסתמא, זיכער, אפשר, בכלל נישט געקומען.
אויב דאס מיינט נישט זיך אנגעכאפט אויף א שטרוי וואס מיינט יא?
אגב, אינטערסאנט, אלע רבי'ס קענען קומען אויף קרית יואל, אויסער איין רבי, סאטמארע רבי שליט"א! ער איז דאך דער רבי?! וואס גייט דא פאר?!
אויב די רבנים וואס קומען יעצט קיין קרית יואל וואלטן ווען נישט געקומען פאר 5 יאר צוריק, וואלט איך לאגיש געזאגט אז די סיבה דערפון איז ווייל משה בן פראדעל מיטן סאטמארע רבי שליט"א האבן עס פארלאזט און עס גענצליך איבערגעגעבן פארן רב שליט"א, דאס איז דאך די איינציגע זאך וואס האט זיך געטוישט אין קרית יואל.
תוקן על ידי - מקוה_איד - 13/04/2005 6:18:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 17:00 |
|
| |
דאס בילד וואס דער בעלתשובה האט געברעגט איז טאקע אן אלט בילד - ס'איז געווען געפאוסט דעמאלטס בשעתו - אבער ס'איז פארט א ראי' צו מיין פוינט.
דהיינו אז אין טאהש לערנט מען אן אנדערע סדרה...
זעהט נאר ווי אפילו דער רב אליין קען זיצן מיט'ן טשאטער ביי איין טיש אין טאהש..
הוא הדבר אשר דברנו
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 19:53 |
|
| |
נישט נאר אין טאש לעבט מען פאר זיך, נאר יעדער חדר איז ביזי מיט זיך, די צייטען אז איין קהלה איז בעלבית איז עבר בטל מן העולם.
אזוי דארף צו זיין יעדער קהלה האט זיך נישט אריינצומישען אין יענעם'ס פרשיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 19:54 |
|
| |
יוסעל די שרייבסט אז
ערשטע שקר, אהרן טייטלבוים האט מסכים געווען צו געבן דאס ביהמ"ד פאר ר' משה ארי'.
די לייקענסט אזאך וואס יעדער (אין אמעריקע) געדענקט, אז ר' משה ארי' האט געפירט טיש אין גרויסן ביהמ"ד?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:18 |
|
| |
אינגערמאן, קוק גיט אויפ'ן בילד, ר'אהרן מיט'ן טשאטער זיצן "נישט" ביי איין טיש.
דרך אגב, ווער ווייסט פון ווען די בילד איז? ר"א זיצט אויף א גרעסערע בענקל פון די אנדערע, לעבן אים (אויף איין טיש) זיצט ליזענסקער רבי, איך מיז וויסן פון ווען די בילד איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:34 |
|
| |
ווארהייט מיט איין סאטמאר
איר זענט מיאוס אריינגעפאלן און פאסטאקע.
יעצט זאל יעדער זען וואספארע ליגענער'ס און שקרנים עטץ זענט.
זאל נאר ווייסן אז ר' משה ארי' איז זונט אהרן טייטלבוים איז געווארן רב און קרית יואל קיינמאל נישט געווען אויף א שבת אין קרית יואל, און ער האט קיינמאל נישט געפירט טיש און גרויסן ביהמ"ד אפילו נישט אינמיטן וואך.
איינמאל האט ר' משה ארי' געפירט טיש און "ילד" זאל, ביי א ברית פון אן שטיף אייניקל.
זאל כאטש יעדער זעהן וואספארא שקרנים איר זענט.
מ'בויעט שוין א שקר אז אהרן האט מסכים געווען, און דאס איז דאך יעדער מודה אז מ'האט געזען, און איין סאטמאר באקט א געקעכטץ.
אזא פנים טראגט איר, ואידך זיל גמור.
יעץ ווארהייט, נעם זיך שרייבן, יאשקע, פרויקע, גר פון ירושלים, וכו'.
די זאלסט אכטונג געבן למען השם נישט צו ענטפערן צום ענין, ווייל אנדערש וועסטו ח"ו ווערן נארמאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:40 |
|
| |
יוסף90.בכל הכבוד
ביזסט אויפן קאפ געפאלן??
איך בין א יליד קרית יואל איך בין אימצאליגע מאל געווען ביים ר משה ארי'ס טיש אין "פאליש"
אזוי אויך ווער ער האט געפירט ביי מענדל שווימער
איך רעד שוין לאנג נאך דעם וואס קר"י רב איז געווארן רב בסך הכל בין איך אלט 28
דו הויכט איינער, זיי מודה אז האסט געמאכט א טעות
הויכט איינער
תוקן על ידי - getme - 13/04/2005 20:45:12
|
|
|
|
|