ארויסווארפן דר. שולמאן פון וומס"ב?
דר. שולמאן איז א דאקטאר אין בעדפארד מעדיקעל, און ער קאמפיינט געפערליך קעגן מציצה בפה.
מאמעס זאגן עדות אז ער פארדרייט זיי דעם קאפ, און איז מסביר די געפערליכע סכנה דערפון.
און פרעגט אים נישט וויאזוי הונדערטער טויזנטער אידישע קינדער זענען אויפגעוואקסן אן קיינע פראבלעמען טראץ וואס זיי זענען דורך דעם פראסעס.
איז די שאלה פארוואס איז אזוי שטיל, פארוואס ווייסט נישט דער עולם וועלכע שלאנג עס דרייט זיך אין דעם היימישן וויליאמסבורג?
וואלט מען אים געדארפט ארויסווארפן, אדער אפשר איז בעסער אז מ'איז שטיל, ווייל אויב האט ער נישט קיין ארבעט, וועט ער זיך נעמען מיטן פולן אייפער און זיך נוקם זיין און קאמפיינען קעגן ברית מילה כהלכה?
|
|