| נשלח ב-12/4/2005 06:35 |
|
| |
איין זאך בין איך זיכער אז גרונעם איז נישט קיין שטודירטער, ווייל אויב יא וואלט ער געוויסט אז די אלע סטודענטן גייען אויך מיט די זעלבע קאליר ברילען, נאר אביסל א קלענערע סייז.
איינער האט לכאורה מחליט געווען דאס איז שיין אין אלע סטודענטן טאנצען נאך.
איז מיר שוין בעסער נאכצוטאנצען א פרומער אינגערמאן וואס איז האב פאר אים דרך ארץ ווי נאכטאנצען עפעס א ווערסא'צע אדער א הילפינגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 06:44 |
|
| |
לכטיג
הוילע פאנטאזיעס, אוי ווי גוט קען איך דעם פאקט דאס די ברילען זענען פראפעסאר ברילען, אבער על פי רוב נאר פון די עלטערע און (און נישט דווקא שווארץ ווייס) אויך נישט אלע. און אוודאי נישט יונגע סטודענטען!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 13:54 |
|
| |
רבותי, רחמנים בני רחמנים !
עס ווערט דרינגענד געזוכט נאך א ניק צו העלפן פאר גרוינעם ארויפברענגען דעם אשכול !
קיינער קוקט נעבעך נישט אויף זיין זייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 16:30 |
|
| |
איך געדענק נאר א האלבע מעשה, אבער האלב איז אויך גענוג
איינער פון די אויפגעקלערטע האבן געפרעגט דעם סיגעטער רב, דער קדושת יום טוב זצ"ל, פארוואס חסידים גייען מיט שטריימלעך און וואו איז דא א מקור צו דעם.
האט דער קדושת יום טוב אים געענטפערט, כ'ווייס נישט וואו און אויב עס איז דא א מקור צו א שטריימל, אבער דער פאקט אז יעדע שפיץ פונעם שטריימל שטעכט ווי מעסערס די אויגן פון אלע מתחדשים - פאר דעם אליין ברויכן חסידים צו גיין מיט א שטריימל.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 22:13 |
|
| |
מלך בבל
אוי פון שטריימעל איז נישט כדאי צו רעדען, א רחמנות אז און די ביטערע היצען דארף נעבעך דער חסידישער יונגערמאן זיך שלעפען מיט א רוסישען הוט אויפן קאפ כאילו ער געפינד זיך אין די ביטערע סיבירישע קעלט. און נאך דערצו דאס די היינטיגע שטריימלעך וועגען דאך ווי א שווערען שטיין אויפען קאפ, ועולה על כולנה דער רישוואלקע און די אלע שמונה בגדים, א ביטערע רחמנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 22:58 |
|
| |
יא יא גרוינעם'ל, ווי שווערער דער שטריימל - אלס מער שטעכעס אין די אויגן פון די חברה,
כ'האב נישט געוואוסט אז די מעשה'לע איז נאך רעלעוואנט תשס"ה...
לקוצים בעיניכם, ולצנינים בצידיכם,
די האלב נאקעטע גויים פרעגן נישט ביי דיר וועלכן מלבוש זיי זאלן טראגן, און עס גייט זיי נישט אהן צי זיי זעהן יא אדער נישט אויס נארמאל, אבער דער חסיד'ישער יונגערמאן מוז פרעגן ביי דיר צי ער זאל גיין מיטן שטריימל, און דו קוקסט מיט קנאה אויף די חברה וואס איך האב פריער דערמאנט, אוי! ביי זיי איז דאך א פרייע וועלט!
גרוינעם'ל גרוינעם'ל, נעם זיך נישט צום הארצן, מען גייט מיטן שטריימל ווייל אזוי איז דער סטייל, יעדער האט זיין סטייל, גלייבסט נישט דעם סטייל? נישט געפערליך...
אבער קיין שום סטייל קרענקט דיך נישט ווי דער סטייל,
אתמהה!
אלא מאי, דער סטייל איז דאך אנדערש ווי אלע סטיילס,
זאג דו פארוואס!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 23:10 |
|
| |
אנפאנג פון דעם אשכול האט עס אויסגעקוקט ווי גרונעם זיכט עפעס פון וואס צו שרייבן און ער האט געטראפן מקען זאגן גאנץ א אינטרעסאנטע אישו אבער ביים ענדיגן ווייזט ער ארויס זיין אמת'ן פרצוף אים באדערט פשוט יעדע יודישע מלבוש און ווער עס וויל אים ארויס העלפן קען אים צושטעלן א ליסט פון נאך פארשידענע מלבושים פון וואס מקען אלץ אפלאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 23:17 |
|
| |
זיי האבען לפחות א הסבר (נישט אז דאס איז גערעכט), אבער דער חסידישער יונגערמאן האט דאך נישט קיין הסבר פאוואס ער טראגט א קאץ אויפען קאפ?
(אפשר איז יא דא א הסבר, ווייל און די קאלערינג ביכער גייען אלע אבות משה רבינו וכו' מיט שטריימלעך, און שלא שינו את מלבושם, מיזען מיר אויך גיין אזוי!)
אבער אך און ויי אויב איינער וואלט געמאלען דער אמת, אברהם אבינו, טונקעל הויט, לאנגע האר, שמאטע אויפען קאפ אדער גארנישט, האלב נאקעט, בארוועס. און אזוי ווייטער משה רבינו וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 23:24 |
|
| |
פון אזא סארט ווכוח האב איך הנאה וועגען איין סיבה.
די משכילים האבען ליב צו פראפאגאנדירען אז זיי זענען געלערנטע אין די חסידים זענען פארמאכט אומוויסענדיגע מענטשען.
ממילא האב איך פון מאל צו מאל הנאה פון אזא אשכול וואס צייגט א משכיל במלוא מערומיו, ווי א פשוטער האלט האקער בשעת די חסידים רעדן דברים של טעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 23:40 |
|
| |
דאס חסידישע לבוש האט אויך א פארוואס. צו שטעכן די אויגן פון די וועלכע עס גלייכן דאס נישט.
נישט גענוג?
|
|
|
|
|