|
|
| נשלח ב-19/4/2005 03:26 |
|
| |
און דו אומפארשעמטער פארשוין שעמסט זיך נישט צו שטעלן אויף איין זייט מיט די וועלכע ווילן - און טוען כסדר - צופיקסן אלע חרדים מיט וואס נאר מעגליך.
און דו שעמסט זיך נישט צו געבן א האנט בעיקיפין פאר די רשעי ישראל וועלכע טוען במזיד ובשאט נפש אויסרייסן די ביינער פון דיין אייגענעם עלטער זיידן פון קבר !
לאמיר זען ווען איינער זאל דיר צורירן, לעבעדיגערהייט, וואספארא מיטלען און טיטלען עס וואלט דאן געזען און געהערט געווארן.
דאס זענען די אומפארמיידבארע - און פאראויסגעזאגטע - תוצאות ליידער, פון דעם מאסשטאבליכן התחברות לרשעים וואס ווערט פראקטיצירט די לעצטע פופציג יאר אונטער א מאנטל פון גדולי ישראל ! ! !
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2005 03:27 |
|
| |
cool down!!

|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2005 04:28 |
|
| |
שוין, ביים בי"ד של מעלה האסטו זיך שוין זייער גוט פארענטפערט.
אבער וואס ענטפערסטו פאר מיר ???
איך בין בארעכטיגט צו א נארמאלן תירוץ.
אויב נישט
COOL DOWN [\-/]
תוקן על ידי - זאליweaky - 19/04/2005 4:41:39
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2005 17:58 |
|
| |
זעיענדיג דאס שרעקליכען בילד פון דעם ציבליטיגטן יונגעל
פרעגט זיך דאס שאלה װאס טיט א יונגל אויף אזעלעכע פלעצער?
פארװאס ברענגען עלטערן קינדער אויף א פלאץ װי זײ אלײן זענען נישט פארזיכערט אז זײ װעלן ארויסגײן מיט גאנצע בײנער דורך די אכזרישע פאליצײ און גארדס
אפילו מען איז מוחה יותר מכדי הכאה, ברענגען א קינד אויף אזא מקום סכנה איז בגדר טשײלד אביוז
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2005 19:17 |
|
| |
מה עם התגרות באומות?
האם לא חשודים הם על רציחה?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2005 20:40 |
|
| |
משפיע
וואס איז דער חידוש, די חברה זענען דאך חסידים פון אראפאט, נו אזוי ווי די פאלעסטינע שיקען די קינדער, אזוי טיען זיי אויך!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2005 20:58 |
|
| |
איך ווינטש פון טיפן הארץ פאר די אלע וועלכע פרובירן מיט אלערליי וועגן צו בארעכטיגן און פארענטפערן די מעשים תעתועים פון די גרעסטע רשעים און שונאי ישראל בדורינו.
נאך ענקערע הונדערט און צוואנציג זאלן די זעלבע רשעים ארויסטראסקען אייערע ביינער פון קבר מיט דעם זעלבן מאס סאדיזם.
און איר דארפט נישט זיין באזארגט.
מען וועט נישט ארויסשיקן קיין קליינע קינדער פראטעסטירן.
און ניטאמאל קיין גרויסע טאטעס...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2005 01:49 |
|
| |
וויקי. זאיס אינטערסאנט פונקט מיך (און רוב אידן) רירען זיי נישט צו, און עפעס אייביק די סאטמערעס האבען זיי צו טוהן, הא?
און גראדע זאיס אינטערסאנט אז עס העלפט קיינמאל נישט,
מה הפשט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2005 02:55 |
|
| |
שטארב נאר שטארב, וועסט שוין געוואויר ווערן אויב זיי רירן דיר צו אדער נישט.
און אז עס שטערט דיר באמת, וועל איך ערלעדיגן ביי די "סאטמארער", אז דיר זאלן זיי יא לאזן צומאלן ווערן אונטער דעם טרעקטאר...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2005 03:14 |
|
| |
וועקי
ביסט דער שר הקללות פון דעם פורום?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2005 04:22 |
|
| |
דו קענסט מיין היסטאריע אלס מקלל ???
יעדע זאך האט א שיעור.
ווען עס קומט איינער וואס איז לכה"פ אויפגעוואקסן אין א אידישע שטוב, און ער איז גרייט צו פארטיידיגן דאס גרעסטע רשעות וואס איז שייך, דאן איז דאס די נארמאלע רעאקציע פן יעדן נארמאלן מענטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2005 06:10 |
|
| |
אנשטולדיגט וועקי
אבער די רעדסט נישט צו דער זאך.
קוק איבער ווי איינער האט דא זיך אנגענומען פאר די פושעים.
די שאלה וואס רעדט דא איז פארוואס מען גייט מיט מסירות נפש שטערען פרייע אידען פין טוהען אן עבירה, דאס איז די גאנצע.
די האלטס טאקע אז מען דארף זיך מוסר נפש זיין ווען זיי זענען מחלל ביינער פין מתים?
גוט, מסכים, ברענג א מקור, איך דינג זיך נישט, איך פרעג נאר פין ווי דאס נעמט זיך.
און גערעכט איז דער וואס טענה'ט אויף דעם וואס מען ברענגט אהין א קינד וואס האט נאך נישט די אייגענע שכל אהין צו גיין. די דמיון צו די פאליסטענע איז געוואלדיג.
מעתה קענסט די רעדען ווי א מענטש איז גוט, און אז נישט ווייזט די נאר אויף אז די האסט נישט קיין צד, און די קענסט נאר שעלטען און שרייען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2005 06:37 |
|
| |
צום ערשט די טענה וועגן דאס קינד.
דו האלסט באמת, אז א טאטע האט אהינגעשיקט זיין קינד צו גיין כאפן קלעפ ???
אדער האט דאס נייגעריג קינד אומשולדיג פארבלאנזשעט דארט, און בטעות אריינגעפאלן אין די הענט פון אזעלכע סאדיסטן ???
וועגן אלע איבריגע טענות איז א שאד יעדעס ווארט.
איך האב געקוקט א היפשע צייט אלע תגובות דא און אין בח"ח, און מען זעט קלאר אז די א.ג. חרדים האבן א פונקט אזא שנאה צו די ערליכע אידן, ווי די פרייע האבן צו זיי.
(גראדע האב איך נישט געמיינט באראפארקער, און די טענה איז שוין א אלטע, און די דעבאטע ארום איז גאר לאנג. אבער אלע אנדערע מיינען ריין רשעות לשמה).
און ווען איך זע די פירות פון דעם מאדערניזם, אז אידן - וואס קענען נאך אידיש... - וואגן זיך צו פארטיידיגן די רשעים דמתקריא ארכיאלאגן, וועלכע זוכן דירעקט זיך צו רייצן מיט די ערליכע אידן, און עוקר זיין דעם יסוד אין אמונה פון השארת הנפש, ווער איך צוקאכט.
און כ'זע אז אלע אנדערע וועלכע באווייזן צו בלייבן פאסיוו, ווייסן גאנת גוט וויאזוי ארויסצוגיין פון די כלים ווען מען רירט זיי צו דעם קליינעם פינגער.
און צו די אלע האב איך זיך געווענדעט.
אויב איז זייער האר אין קאפ טייערער ווי די עצמות פון די קדושים וטהורים (אם הראשונים כמלאכים וכו' ודוק), לאמיר זען ווען מען וועט זיי צורירן אויב דאן וועלן זיי אויך שווייגן.
וגוש קטיף יוכיח.
(כ'מיין אז דארט קען מען אויך זען קליינע קינדער, וועלכע מען לייגט אהין בכוונה).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2005 08:28 |
|
| |
גרוינעם, שוין ווייטער מאכסטו איין פעקעדזש פון אלע פרומע אידן, סאטמאר קנאים נטורי קרתא אראבער ווער ס'גייט מיט א םלאטישגן היט לאנגע פיאות און א אומגעשוירענע בארד איז ביי אייך נטורי קרתא מיט אראבער...?
אזוי ווי ביי אונז איז יעדער וואס גייט נישט מיט קיין שווארצע יארמעלקע א מאדערנער...?
די וואס גייען צו די אראבער איז א גאנץ קליינע גרופע מיט עטליכע צענדליג אנהענגער, ווידערום קנאי'שע ערליכע אידן איז דא טויזענטער!
ווען די רבנים פסקנ'ן אז עס איז א חוב און א מצוה צו גיין מוחה זיין דעמאלטס איז אונז "ועשית ככל אשר יורוך"
..... און מען גייט מיט מסירת נפש, יונג און אלט.
איי מען כאפט שלעק? נו פאר די שלעק באצאלט מען זייער גוט פון הימל, דאס איז די מסירת נפש אידן פאר השי"ת ותורתו. וואס ווייזן אז די תוה"ק האט נאכנישט באקנראטירט ......
|
|
|
|
|