בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שריפת חמץ סכנה, נייע פלאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2005 00:03 לינק ישיר 
שריפת חמץ סכנה, נייע פלאן

אזוי ווי די מערסטע הצלה קאלס קימען אריין בשעת שריפת החמץ האט זיך צוזאם גענימען חברת הצלה מיט חברת שומרים מיט א פלאן וואס עס איז פארגעשלאגען געווארען ביי דעם הויפט קאארדינאטאר פון הצלה ר׳ שלמה געלבשטיין נ''י

דער פלאן האט דעם הסכמה פון רבנים אז מען גייט אויפשטעלען דאמפסטערס אין מערערע גאסען מיט א אפיציעלע פייער שומר פאר די פאר שעה אויך וועלען די גאסען בלייבען ריין אהן חמץ וואס פלעגט זיין א עקעל אין יו''ט צו קיקען אויף די שטיקער חמץ וואס איז נאר האלב פארברענט

דער פלאן גייט בקרוב פארעפענטליך ווערען מיט פרטים



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2005 07:27 לינק ישיר 

עס איז שוין געשטאנען די וואך אין דער איד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2005 19:47 לינק ישיר 

נא, ווער וויל טוהן א טובה פאר די גולשים וואס ווילען נישט שטיצען "דער איד" און אהער מעתיק זיין די רעיון?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2005 20:17 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז דער איד שרייבט אז אזוי ווי עס איז שוין נישט בכדי שיעשו פאר די וואך פרייטיג, וועט מען דאס אי"ה צו שטעלן פאר פסח שני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2005 21:19 לינק ישיר 

טוב לכל
עס איז אויך געווען באשריבען אין בלאט

דער פלאן ביזדערווייל ארבעט זיך נישט אויס ווייל די צייט איז צו קורץ צו טרעפען נדבנים פאר די דאמפסטערס
אויך וויל נאך נישט די סיטי סטארעדזען די דאמפסטערס א גאנץ יאר

היינט נאכט גייט זיין נאך א מיטינג

לויט דעם נייע פלאן וועט מען נאר ניצען בעריקעידס אין אלע אנדערע פייערס וועלען ווערען פארלאשען פון דו פייער דעפט.



תוקן על ידי - 13Hooper - 17/04/2005 21:25:07



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2005 23:47 לינק ישיר 

פאר א יאר האט א קינט אריין געווארפן א CAN און עס האט זיך אויף געריסען, מ'האט געפירט א קינד מיט הצלה אין שפיטאל..


די צרה איז אז יעדער קומט מיט א ריזיקע פעקל חמץ? פארוואס?
איז דען אזוי דער הלכה?

דער עולם ווייסט נישט אז ברויט דארט זייער א לאנגע צייט זאל ווערן דורך אין דורך שווארץ ווי קוילן.

(א גוטע עצה אז עס זאל זיך שיין פארברענען איז צו צולייגען 'לעכט' דאס גיבט צו אז עס זאהל לאנג ברענען.)

און דערצו זענען דא די אויסנוצער די וואס ווארטן אז דער שכן זאל מאכען א פייער נאכער קומט מען צו לויפען: "אפשר קענט איהר באשטיין צו ברענען מיינע חמץ אויך?"

כמובן זאג איך א גרויסען "בלא" איך וויל זעהן מיין חמץ ברענט איך לעש אליין אויס דאס פייער אין רייניג אפ,

אבער אן עצה פארן גאנצען געגענד איז א שווערע זאך דער שטאט קען דאס נישט מאכען ווייל עס ווערט א געפערליכער פראבלעם מיט אינשורענס, פאלושען, LAW SUITS וכו' כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שריפת חמץ סכנה, נייע פלאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext