אין קרית יואל האט מען לעצטענס אינסטאלירט די עלקטראנישע מקוה טיר סיסטעם וואס לאזט נישט אריין אום באצאלט.
אצינד באמערק אין אין אידישע אפסטעיט פורם א מחאה וואס די בני יואל האבן ארויסגעגעבן קען דעם.
און יעצט דאס אויך נישט, נאך די אומגעהויערע קלעפ פון פאריגע וואך אין יענעם פארום...
נשלח ב-19/4/2005 04:53
איך גלייך אין ערגעץ נישט די לעקטעראנישע טירן, אין די מקוה ממילא, קען איך נאך אויסהאלטן, אבער וואס באדערט מיך מער איז די טורנסטיילס אויף די סאבוועיס, איך וואלט מיך געקענעט שפארן אסאך געלט ווען די טירן אויפן סאבוועי איז ברייט אפען, איך האלט מ'דארף עפעס טאן דערוועגן...
דער הויבט חילוק פון א מאדערנער שוהל בעיקר די רפורמער אין קאנסערוואטיווער איז, אז מ'קען נישט פשוט אריין אין א טעמפל אין מתפלל זיין מ'מוז זיין א מעמבער.
אדערש איז א חסיד'יש בימ"ד (להבדיל) מ'קען אפ דאווענען כל ימי חיו אין נישט זיין 'מחיוב' איין צענט. א יעדער איז וועלקום.. נאר די בעלי יכולות צאלען פריי וויליג אז אלע זאלען זיך געפונען דאס פלאץ.
לדוגמה: 10 יצחק רוזענבערג'ס איז נאך קיין חסיד'ישער קלויז. אבער 10 ר' יוסף סאקס מיט לחיים הערינג טינקערס 11 אזייגער אידערפרי מיט א סיפור פון רבי ר' מיילעך איז יא חסידישער שוהל..
it's a matter of priorities
איבער דעם ועד הצניעות...
מיין מיינונג איבער זייער צוגאנג איז בדרך כלל נעגאטיוו ..זיי האלטן אז מיט נאך אין נאך 'השגחה' קען מען ברענגען משיח ואת רוח הטומאה אעביר ...ווען זיי האבען דעם מאכט וואלט געוועהן א שפיאן מיט א קעמערא אין יעדעמ'ס צימער אין לעכל..
צוויי זאכען
1)די בעלי עבירה וועט מען קיין מאהל נישט אפשטעלן מיט די מעטאדען.
2) דער איינציגער וועג איז נאך און נאך תפלה אין מוסר מיט אמונה אין לימוד התורה ואין היצר שורה אלא בלב פנוי..
בכלל האלט איך נישט אז צוליב בעלי עבירה דארף א יעדער ליידען.
איינער וואס האלט אז מען זאל גיין אין מקווה אין צאלן אין דאווענענן אין א שיל אן זיין מחייב צי צאלן א פעני,איז "נישט" א חסידישער אינגערמאן "נאר" א פלענער חז..
נשלח ב-19/4/2005 19:13
איך ווייס אז ראדני גייט אויך בקרוב לייגן אזא צוים, פשוט די ארונים שנארער וועלכע צאלן נישט קיין פעני, זאלן זיך "אינגאנצן" אפטראגן...