בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די עלעקטראנישע מקוה טיר - א מחאה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/4/2005 22:25 לינק ישיר 

יוחי...

I am very disapointed in you...

געווענדליך שרייבסטו בטוב טוב וטעם, אבער נישט דא.

קודם כל... די חילוק פון א רעפארם שוהל און א חסידישע שוהל איז נישט (נאר) די מקוה.

מען קען אריינגיין אין איעדע שוהל אין ווילי און בארא פארק דאווענען אהן באצאהלען.

פאר א מקוה דארף מען באצאלען. עס קאסט גאר אסאך געלט אויפהאלטן. ביסט גערעכט מיט די אלע רבישע סיינס וכדומה, אבער איין עוולה מיינט נאך נישט אז די מקוה איז אויך א עוולה. און מיין ביהמ"ד ווער עס קען נישט באצאהלען באקומט א קארטל "אומזיסט"! Just for the asking.

עס איז באקאנט אז א פאר גרויסע בתי מדרשים זענען די Suppliers פונעם מקוה סערוויס פאר רוב שטאט. פארוואס דארף סאטמאר, פאפא און קראלע צאלען מקוה פאר אלע סקווירא בחורים?

אויך וועגען וועד הצניעות, איך גיי נישט אריין צו זיי זענען ערליך, ווער רוב פון זיי זענען וכדומה, אבער א מקוה דארף שמירה.

זעץ דיך אראפ מיט 10 פון דיינע חברים און מאך א survey מען זאל זיך דערמאנען אויב אן ערוואקסענען איז געווען אמאהל צו שטארק "בידידות" און מקוה ווען זיי זענען נאך געווען קליין און "רוב" וולען זאגען אז יא! עס איז א ווייטאגליכן פאקט. א מקוה דארף שמירה פון די פאר "שקצים, קראנקע באשעפענישן און אהנשיקענישן"!

און יא... אויב מען קען טרעפען א נדבן צו געבען קארטלעך פאר אלע בחורים וואלט עס געווען א שיינע זאך. אבער "עס קומט זיך נישט" אוטומאטיש...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 23:08 לינק ישיר 

אינגערמאן
יוהסי(?!)

איך האלט מיט אייך, א חסידיש ביהמ"ד קומט מיט א מקווה.

איי לגבי שמירה וגם צניעות = וואס איז ליידער א פאקט.

די וועדי משמרת פאטשקענען זיך אין טינוף- אבער איינער מוז דאך דאס טוהן.

וגם מהיכן ירק זה חי? ווער וועט באצאלען פאר די נייע האנטוכער - הייצען קומט דאך בחנם כידוע ליודעי ח"ן.

אימא לכו מילתא דשויא לתרוויכו.

פון 8 ביז צעהן זיצט א לעבעדיקער מקווה ייד, לאזט אריין בחורים אורחים, ושאר עמך בית ישראל. שערט אפ אויך, ולפעמים פארקויפט ער טועמיה.

די אנדערע צוויי און צוואנציג שעה איין עלעטראנישער מקוה ייד.

צופרידען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 23:21 לינק ישיר 

יוסי אוי ווי גוט דו זאגסט.
די פראבלעים איז טאקע דאס
די מקוה איז א באד (אינדערהיים האט א באד גיקאסט געלט)
די שטיבלעך זענען פארוואנדעלט גיווארען און שוהלען

ווען איז דאס לעצטע מאהל גיווען ווען די האסט דיר פארשמירט דאס רעקעל פון הערינג?

זכרנו את הדגה שאכלנו !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 23:45 לינק ישיר 

בארא פארק

שכויח פאר דיין איבער שעצן מיך

אבער איך האלט מיך ביי מיין טענה..

ווען עס איז פארהאנן חלוקי דעות איז דא גוטע נקודות פאר ביידע זייטן מיין טענה איז אז דער צד פון 'נאכגעבערישקייט' זאל איבער וועגן THATS ALL

דו האסט געשריבען
"קודם כל... די חילוק פון א רעפארם שוהל און א חסידישע שוהל איז נישט (נאר) די מקוה.

מען קען אריינגיין אין איעדע שוהל אין ווילי און בארא פארק דאווענען אהן באצאהלען."

א שוהל איז נאר צום דאווענען?

וואס איז מיט קאווע? (אין סאטמאר בארא פארק איבער 1000 דולר לחודש!)
ווי פול קאסט 'בית חיה'?
ספרים איז אומזיסט?
איר קאנדישען איז אומזיסט?
הייצונג?
וכו' וכו'
ניין אלס קאסט א געוואלד מיט געלט

אבער מיר היימישע חסידים האלטן שטארק פון
"LET THE RICH PAY"

ביי חסידים איז א מקוה גאר א וויכטיגער עלעמענט עס איז נישט א 'באד' אין אויב מ'רעדט פון סאטמאר איז עס געוועהן בנפשו פון סאטמאר רב אז בחורים זאלען גיין פריי.

מיר געפעלט גאר שטארק באטשי'ס עצה טובה עיין לעיל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 23:59 לינק ישיר 

יוחי:

בעצם אין פרינציפ ביזטו גערעכט.

און עס איז אויך אמת אז דער רבי זי"ע האט דירעקט מקפיד געווען אז מען זאל נישט שווער מאכן אויף די וועלכע האבן נישט צו באצאלן פאר די מקוה.

נאר מיט איין פרט ביזטו אויסדריקליך נישט גערעכט.

דער ענין פון ועד הצניעות.

כ'ווייס אז אלע שמוציגע חברה (נישט דו ח"ו) האבן כסדר ליב צו חזר'ן אז די חברי הועד זענען שמוציג ווייל זיי רעדן מיט זיי...

אבער אין מציאות זענען די וועלכע טוען אין די זאכן, אין א פיל העכערע מדריגה ווי די "הצלה", ווייל גדול המחטיאו מן ההורגו.

און בפרט ווען די מענטשן באקומען ווייט נישט אזויפיל אנערקענונג ווי די הצלה מעמבער'ס, און כ'וועל נישט יעצט מאריך זיין אין די סיבות.

אבער עס איז זיכער אז ווען די חברי הועד קומען אריבער צו א מיטינג מיט די הנהלת הקהלה, און שרייען אז דער מצב איז געפערליך, איז זיכער אז מען מוז זיך מיט זיי רעכענען.

און פאר די זעלבע סיבה וואס מען האט אפגעשפארט דעם שוויץ, טראץ וואס עס איז נאך געווען פון די צייטן פון רבי'ן זי"ע. האט מען יעצט געמוזט ארויפלייגן דעם סיסטעם.

און יא, מיר האבן אויך מקיים געווען אינאיינוועג'ס דעם "ועשית ככל אשר יורוך"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2005 02:16 לינק ישיר 


א חלק ארבעט פונעם וועד הצניעות און א''י...
http://www.jpost.com/servlet/Satellite?pagename=JPost/JPArticle/ShowFull&cid=1113186250438



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2005 02:23 לינק ישיר 

איך קען נישט קיין סאך מענטשען וואס ארבעטן פאר וועד הצניעות, אבער די וואס איך קען יא וואלטען רואיג געדארפט שטיין פון די אנדערע זייט אין כאפען מכות פון וועד הצניעות.

its a real dirty jobD אין למעשה נאר ריכטיגע LOWLIVES שטעלן זך צו אזא סארט ארבעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2005 02:32 לינק ישיר 

natrul




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2005 03:01 לינק ישיר 

זאלי

ווי האסטו מיך געזעהן בארעדען 'ועד הצניעות'?

איך האלט נישט פון זייערע 'פתרונות' דהיינו לייגען א שוועריקייט אויף דעם גאנצען עולם צוליב די חוטאים.

ווייל די הגדרות האט נישט קיין גבול און די פתרונות העלפן גארניש.

דער פאקט איז אבער, ווען אנשים 'עסקנים' קומען צו א רב א מנהיג, גיבט ער זיי אלס נאך ...מכמה סיבות

1) ער ווארט קוים אז די אנשי הועד זאלען ארויס פון זיין שטוב, ווי לאנג זיי רעדען פילט ער ווי מערישקעס קריכען אויף זיין הויט.

2) רוב רבנים האבען נישט די GUTS צו זאגען ניין אז דער עצה איז נישט גוט. ווייל ער וויל נישט אויסקוקען ווי איינער וואס חטא הידוע איז ביי איהם א דבר של מה בכך. וד"ל.. און כדי צו זיין א 'צדיק' איז ער גרייט מיט צו שטימען מיט סיי וואס זיי שלאגען פאר.

זאלי
בוסט גערעכט מיט אלעמעם איבער דעם חומר הענין, אבער מיר מאכען א טעות כאילו מיר האבען אן עצה ותבונה מער ווי די פריריגע. עס איז נישט דא קיין שום עצה נאר נאך ציגיין די חוטאים אין בדרכי נועם נאך אמאהל און נאך אמאהל מדריך צו זיין אז ג-ט ברוך איז א גוטער איז מוחל לשבים אליו אין נעם זיך פאר צו זיין בעסער.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2005 05:45 לינק ישיר 


*זאלי-וועקי שרייבט: *

מען זעט אז דו האסט נישט אדורכגעליינט דעם בראשור פון קיט"ל קר"י איבער דעם ענין.

דער טיר איז אויסדריקליך נישט געקומען צו מאכן געלט, כאטש דאס קומט מיט אויטאמאטיש.

דאס איז אויסדריקליך געמאכט געווארן אויפן פארלאנג פון ועד הצניעות.

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1297206


* * *

די וועד הצניעות תירוץ איז אבי געזונט,
מען מיינט תכלית "מאני"....






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2005 06:42 לינק ישיר 

מען זעט אז דו דרייסט זיך נישט אין קרית יואל.

אויב מיינט מען יא עפעס, איז עס נאר אז די זאלי'ס זאלן שוין ענדליך אפטראגן פון שוהל.

עס איז מער מסתבר אז זיי וועלן ענדערש גיין צו די רעבעצין פון היינט און ווייטער (סאסמאן וועט נישט בויען אזוי שנעל קיין מקוה, קודם דארף י.ח.ק. באצאלן פאר דעם הייליגן יחזקאל בראך און יחזקאל גליק), ווי איידער צו שטיצן די קהילה וואס גייט אין קאורט...

און עס איז בלתי שום ספק, אז דער הויפט שפילער דא איז ועד הצניעות.

און וועגן דעם ענין פון ועד הצניעות, בין איך נישט גרייט צו רעדן אין פאבליק. אויב עמיצער איז אינטערעסירט קען ער זיך ווענדן צו מיר פריוואט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2005 16:19 לינק ישיר 

גראדע דא איז ער גערעכט אז עס האט נישט מיט פאליטיק לויט מיין ידיעה ווייל די וועד דהצניעות פין וויליאמסבורג צו זאמעןמיט קרית יואל אין אויך צוזאמען קעלנער הלל טייטילביום יודל שלעזינגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2005 18:52 לינק ישיר 

יוחי:

קודם כל האב איך דאך געשריבן אז ווער עס קען נישט באצאלען אין מיין ביהמ"ד קען באקומען א קארטעל אומזיסט
just for the asking און עס איז Stickly Confidential

און וואס זאגסטו מיר וועגען ספרים און עיר קאנדישען אז עס קאסט געלט וכדומה... ווען איך האב געשריבן אז מען קען אריינגיין אין איעדע ביהמ"ד און ווילי אדער בארא פארק אומבאצאהלט האב איך דען געמיינט צו זאגן אז ער טאר נישט הנאה האבן פונעם עיר קאנדישען? דאס איז אזוי ווי די מעשה פונעם בעטלער וואס דער גביר האט איהם גענומען אויף זיין וואגען האט ער געהאלטן זיין זאק ווייל גענוג אז די נעמסט מיך דארפסט דאך נישט שלעפן מיין זאק אויך... דאס זענען דברים הבאים ממילא.

איך ווייס אז א מקוה איז "זייער א וויכטיגע" חלק פונעם חסידישען לעבן. אבער עס מוז האבען א שטארקע שמירה פון אייגענע און נאך מער פרעמדע משוגעים.

דאס וואס אמאהל האט מען עס נישט געטוהן נעמט נאך נישט אוועק די נחיצות הענין.

יעצט איז אזוי: אויב האסטו אמאהל געליינט מיינע דרשות ווייסטו אז בשיטה האלט איך אז "כל ישראל קדושים הם" און אז מען דארף אייביג זוכען נאר גוטס ביי אידען. איך בין פון די מענטשען וואס האלטען אז מען דארף אייביג זעהן די גוטס ביי חסידים, הגם א געוואלד זאכען וואס זיי טוען איז זייער שווער דן זיין לכף זכות (שרייען שיקצע אויף א ערליכע מאמא ווייל זי פאלגט נישט "דיין" גלויבען און טראגט מיטן עירוב, וכדומה). אבער צו גיין אזוי ווייט און זאגן אזוי ווי דיר:
יוחי'ס ווערטער (אין רויט) --->בוסט גערעכט מיט אלעמעם איבער דעם חומר הענין, אבער מיר מאכען א טעות כאילו מיר האבען אן עצה ותבונה מער ווי די פריריגע. עס איז נישט דא קיין שום עצה נאר נאך ציגיין די חוטאים אין בדרכי נועם נאך אמאהל און נאך אמאהל מדריך צו זיין אז ג-ט ברוך איז א גוטער איז מוחל לשבים אליו אין נעם זיך פאר צו זיין בעסער.


דאס שוין נישט. די מענשטן פארשטייען נישט קיין שיינעם. זיי זענען נעבעך "קראנק"! מיט די מענטשען וואס טשעפען בחורים און אינגלעך קען מען נישט גיין בדרכי נועם. מען דארף זיי פארשיקן פון מקוה. איך האלט אויך פון הערן אנדערע צדדים אבער אויב האלסטו אנדערשט (אין דעם לעצטען הינזיכט) ביסטו

תוקן על ידי - בארא_פארק - 20/04/2005 19:01:29



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2005 19:48 לינק ישיר 

בארא פארקער:
יוסי האט געזאגט >איך האלט נישט פון זייערע 'פתרונות' דהיינו לייגען א שוועריקייט אויף דעם גאנצען עולם צוליב די חוטאים.
אין מיט דעים איז ער הונדערט פראצענט גירעכט
זיי דארף מען געיבען מכות רצח נאר דאס פארשטייען זיי אזוי ווי עס איז גיווען אין בארא פארק א האלב יאר צוריק ווען מען האע אפגעשניטען איינעם די בארד און פיאות.

און די TURNSTYLES און די מקוואות זענען גימאכט נאר פאר געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2005 02:12 לינק ישיר 

yinkerman, your 100% correct, ans its not a bisha, to ask money, just vakey tries it to make that vat hatznius is under it



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די עלעקטראנישע מקוה טיר - א מחאה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.