בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

סאטמער קליימער געפאקט מחללי שבת מערכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/4/2005 06:32 לינק ישיר 
סאטמער קליימער געפאקט מחללי שבת מערכה

דער ביהמ"ד אין קליימער איז געפאקט מיט מענטשען עד אין אפס מקום וואס זענען זיך צוזאם געקומען הערן דרשות מהרבנים הגאונים וועגן די מחללי שבתות אין וויליאמסבורג וואס טראגען מכלומרשט מיט אן עירוב וואס קיינער ווייסט נישט ווי דאס איז אין עס האט נשיט קיין שום בעל מכשיר אויסער א האט ליין חוץ וואס א רשות הרבים דאורייתא וואס עס העלפט נישט קיין עירוב אין ועל כולם האבן דא געלעבט 65 יאר צענדליגער רבנים וואס האבן געפירט גרויסע קהילות אינדערהיים אין געמאכט עירובין איבעראל האבן זיי מיט זייערע אויגן איינגעזען אז עס איז נישט קיין מציאות צו מאכן קיין עירוב אין מען האט עס למעשה נישט געמאכט קיינמאל
אין אזוי ווי עס איז טויזענטער אידן אין וויליאמסבורג וואס זענען בשום אופן נישט מסכים מיטן עירוב (נישט קיין חילוק צוליב וואס פאר א טעם ) איז דער זיכוי הפת פאר זיי א חוב אין אזא פאל איז דער עירוב אפילו עס זאל זיין טויזענט פראצענט אויסגעגהלטען נישט קיין עירוב (וואס אפילו דער קלויזענבורגער האט אזוי געשריבען פאר זיינע חסידים9 אין די וואס טראגען מיטן עירוב זענען מחחללי שבתות לכל דבר
עס האבן אויפגעטערעטען כ"ק הגאון מקיוויאשד שליט"א הרה"ג רהלל וויינבערגער יו"ר וועד הכשרות של התאחדות הרבנים אין נאך רבנים עס איז געווען ממש א קידוש השם ווי דער עולם איז געשטאנען צושטיפט ביז צו די טיר אין עס איז פריש אנגעווארמעט געווארן די מערכה למען שבת קדשינו
ושמרו בני ישראל את השבת



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2005 10:44 לינק ישיר 

רעדנדיג פון חילול שבת וויל איך וויסן פארוואס קיינער פארדאמט נישט די שרעקליכע חילול יו"ט וואס איז פארגעקומען דעם צווייטן טאג פסח, ווען ש.ב. איז אריינגעקומען מיט א קאר פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג, אנדערטהאלבן שעה נאכדעם וואס די פייער איז שוין געווען אויסגעלאשן, נאכדערצו אז ער איז נישט קיין הצלה מאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2005 18:09 לינק ישיר 

עקשטיין... א איד וואס טראגט מיט א מהודרדיגע עירוב איז נאך נישט א "מחלל שבת". ווען מען האט געמאכט די סקול דיסטריקט און ערליכע רבנים האבען געשריגן אז דאס איז "כפירה באלקי ישראל" האט עטץ געשריגען "מיר האבען אונזערע אייגענע דיינים" און קיינער קען אונז נישט איינטיילען וואס צו זאגען. די אלע ערליכע רבנים זענען געווארען אהנגערופען מיט די ערגסטע נעמען רח"ל. היינט צו טאג ווען עס טויגט צו נייע מערכות זענען זיי שוין צירוק געווארען ערליכע רבנים.

ממילא לאז מיך דיך זאגען, עס איז דא נאך ערליכע רבנים וואס זענען מציל טויזענטער אידען פון חילול שבת מיט עירוב.

נאר צו ווייזען אז די ווייסט נישט וואס דו רעדסט, דא איז אמאהל זיכער אז וויליאמסבורג איז נישט קיין רשות הרבים דאוירייתא, די רבי זי"ע האט נישט אזוי געהאלטען. אויב וואלט עס געווען א רשות הרבים דאוירייתא וואלט מען נישט געמעגט מאכען די אלע קליינע עירובין ווי למשל אויף ראדני סט. ווי מען האט אלע יארען געטראגען (און יעצט קומען מאנכע מיט ליצי לצנות אז עס איז נאר געווען פאר די גוים).

יעצט געדענקט גוט: אויב זעסטו איינעם טראגען און די שרייסט איהם נאך ווייל די האלסט אז עס איז חילול שבת, זאלסטו וויסען אז עס איז א בפירוש'דיגע חינוך אז עס איז נישט דא בכלל א מצוה תוככה ווען עס איז דא צוויי דיעות און א הלכה. יענער וואס טראגט האט זיין דיין וואס האלט מען מעג. אבער פארשעמען יענעם ברבים דאס איז נישט קיין שום ספק אז מען טאר נישט.

יעצט איז די פראגע: ביסטו גרייט צו פארלירען דיין גאנצע עולם הבא פאר דיין פאליטיק?

פאקט: ביי די קהלות ווי מען טראגט, איז עס נישט נאר די פשוטי המון עם, עס טראגען די שענסטע אידען פון זייערע קהילות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2005 00:20 לינק ישיר 

עקשטיין

רשות הרבים דאורייתא??
ווי אזוי האט מען יארן געמאכט אן עירוב פאר די סוכות ביי די פראדזעקטס.

וכפי עדותם פון אפילו פון די מנגדי העירוב אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט געהייסן מ'זאל צונעמען דעם עירוב נאך סוכות. ווי אזוי איז אזא עירוב מותר געוועהן?

דער אמת איז אז רוב זאכען וואס מ'זאגט מפי השמועה זענען שקר אין אפילו אויב עס וואלט געוועהן אמת איז מער נישט פעליג.

זייט די רבנים וואס האבען נישט געקענט - אדער געוואלט מאכען אן עירוב אין ניו יארק, האבען זיך גאר א סאך פאקטען געטוישט

למשל גאנץ ברוקלין איז יעצט ארים גענומען מיט 'עומד מרובה על הפרוץ' GATES וואס זענען נישט געשטאנען אפילו 10 יאהר צוריק.

פאר פארשידענע סיבות, ווי למשל דער BELT און דער BQE איז באצוימט געווארן נאר אין לעצטע יארן אין אזוי אויך די WATER FRONT אלס וואס איז נישט געוועהן ביפאר.

א חוץ וואס דער חזון איש שרייבט קלאר אז 'אללע' עיירות גדולות זענען קלאר נישט קיין רשות הרבים.

נאך מער, מי לנו גדול מרבינו התניא אין ער שרייבט קלאר אז א (עירוב) צורת הפתח העלפט נישט אין א רשות הרבים ווייל 'אתי רבים ומבטלי מחיצתא' איז נאר א גזירה מדרבנן מן התורה איז עס א רשות היחיד!

סיי וואס פארא היתר דעה לקולא האט א ברייטער פלייצע במקום דרבנן.

כבודם פון די רבנים האוסרים במקומם אבער יבא (שלמה) הלל ואלף כיוצא בו ואל יבטל תורת עירובין מישראל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2005 00:48 לינק ישיר 

בילטס וויפיל איר ווילט אבער פאקטיש איז עס ענק נישט געלונגען אין וויליאמסבורג.
לאמיר נעמען א משל דעם פאריגן שבת הגדול ווען א סאך אידן וואלטן געקענט באשטיין צו גיין ערגעצוואו עסן די סעודות שבת אבער וויבאלד זיי האבן קליינע קינדער זענען זיי געבליבן אינדערהיים. עס האט אויסגעקוקט אז עס זענען נישטא קיין מענטשן אין וומס"ב אויף שבת.
און וואונדער איבער וואונדער: ווי נאר עס איז געווארן דער זמן מוצש"ק און עס האט אריינגעטרעטן דער הייליגער יו"ט, האט זיך די גאסון אנגעפילט מיט טויזנטער מענטשן בליעה"ר אנשים נשים וטף מיט קערידזשעס וכדומה.
דאס איז בלויז איין משל וויאזוי די פורצי גדר האבן זיך טועה געווען ווען זיי האבן באשלאסן אריינצושטעכן א מעסער אין הארץ פון וומס"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2005 04:16 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2005 07:22 לינק ישיר 

איחודמעמעבער שרייבט:
בילטס וויפיל איר ווילט
עטץ קענטס נישט האבען א נארמאלע טענה. אייביג מיט די משוגענע אויסדריקען... איך האב שוין געשריבען אסאך וועגען דעהם עירוב בעפאר און אייביג האט עטץ אפגעוואנדען מיט די אלע "פאני" לשונות, אבער קיינמאהל נישט מיט טעם אדער צום זאך.

יעצט וואס פראבירסטו צו זאגען? אז עטץ האלטס אפ מענטשען פון טראגען מיט טעראר? יא יעדער ווייסט עטץ קענסט טעראר. אבער דאס איז נאך נישט דעת תורה.

By the way... די גאס איז ב"ה פיהל געווען די לעצטע פאר וואכען מיט טראגערס און עס ווערט מער איעדן שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2005 08:56 לינק ישיר 

איחוד
זיי נישט מדמה סתם א שבת צו פסח ביים סדר ווען יעדע יונגערמאן אינטר 10 יאר נאך די חתונה גייט ארויס מיט די גאנצע משפחה

דרך אגב בין איך געווען אין קאנקארד פלאזא שבת הגדול, ממילא קום מיר נישט פארציילן וויאזוי ווילאמסבורג האט אויסגעזען. ס'איז געווען א קידוש השם צו זען נשים צדקניות פירן אויס די הייליגע פסק פון זייערע רבנים ודיינים (און רוב רבני העיר) מיט'ן גאנצען תמימות אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען מדור דור

זיי ווילן זיך נישט שרעקן פון קיין טערער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2005 09:04 לינק ישיר 

בארא_פארק

געדענק גיט וואס די רעדטס יעצט אויף די סקול דיסטריקט מיר געדענקען נאך גיט ווען ענק האבן געשריגן די סאטמערע זענען חיות אין שלעגערס די לעצטע פאר וואכען האבן געוויזן אז ענק קלויזענבארגע אין באבובע זענען גאר נישט אינטערשטעליג ..... ווען עס וועט זיין פאר ענק א סקול דיסטריקט וועט זיין א אנדערע תורה ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2005 18:23 לינק ישיר 

911Zalis:

איך האב נישט גערעדט אויפען סקול דיסטריקט ח"ו. אויב ליינסטו וואס איך האב געשריבען וואלסטו געזעהן אז איך האב נאך "קיינמאהל" נישט געשריבן קיין שלעכט ווארט אויף סיי וועלכע רבי אדער רב, און אויך נישט גענומען קיין שום מיינוג ווען עס איז דא סברות לכאן ולכאן. ממילא בנוגע דעהם סקול דיסטריקט, ווער בין איך צו רעדען.

All I said was: ווען עס איז געקומען צום סקול דיסטריקט האט עטץ געשריבען מיר האבען אונזערע אייגענע דיינים און קיינער זאל אונז נישט איינטיילען וואס צו טוהן, און דאס איז דאך א זאך וואס מאנכע רבנים האבען געשריגען אז די גאנצע עתיד פון כלל ישראל קען חלילה... און עס איז כפירה. ממילא קום אונז נישט יעצט משוגע מאכען מיטען עירוב ווייל מיר האבען אויך אונזערע אייגענע דיינים. און דא רעדט מען נישט פון כפירה וכדומה. מען רעדט פון אן עירוב וואס איז אייביג געווען ביי כלל ישראל.

איך זאג נאר שטארק ארויס מיין מיינוג וועל איעדער איינער ווייסט און הארץ אז "נישט דאס מיינט דער באשעפער".

ווען איהר זעט דעם משוגענעם (נישט נעמען) ווי ער לויפט נאך א אידישע איידעלע פרוי פאר 10 גאסען (לא גוזמא!) באגלייט פון דריי בחורים און פיהר אינגלעך און שרייט קולי קולות (אויפטמאהל ממש גרעניצט זיך מיט שעלטען), come on: דאס מיינט דער באשעפער? זיכער נישט.

ווען איך זעה א תמימותדיגע בחור וואס גיט א שריי שבת קודש ווייל מען האט איהם אזוי איינגערעדט אז עס איז א מצוה, האב איך נישט קיין טענה, אבער צו נאכלויפען און פארשעמען א אידישע טאכטער ווען אירע קליינע קינדער ווערן טערארזירט און שרייען מיט קולות שיקצע, דאס איז נישט קיין מצוה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2005 19:50 לינק ישיר 

בלה בלה בלה...


אינטרעסאנט אז מקימט זיך נישט צאם צו הערן דברי חיזוק והתתעוררות קעגן די וואס פארן צו פלורידא אויף פסח אדער די וואס הוליען חול המועד אויף אזעלכע ערטער וואס עס איז פארהאן עמטליכע פריצות.

אינטרעסאנט אז מקימט זיך נישט צאם צו הערן דברי חיזוק אקעגן די "חסידים" וואס שניידן זיך די בערד ביים בארבער (בפרהסיא) אפילו מיט א תער וואס איז א איסור דאורייתא כילו עלמא מודה.

אינטרעסאנט אז מקימט זיך נישט צאם מוחה צו זיין אויף די בחורים וואס דרייען זיך אין די קלאבס טאג איין אין טאג אויס.

אינטרעסאנט אז מקימט זיך נישט צאם מוחה צו זיין אקעגן די מיידלעך וואס בלייבן אין שטאט אין די זימער אינטער די געזעלשאפט פין זייער עלטערן וואס פאר זיי גייט אן די רוחניות פין זייער טעכטער אזויוי די פאעריעריגע שניי.

אינטרעסאנט אז מאיז נישט מעורר קעגן די אינגעלייט וואס קוקן אין לעכצן ארויס פאר ווען זיי שיקן די ווייבער אין קונטרי אין טיען אפ כל עבירות החמורות.

נאר וואס דען, פאר סאטמאר גייט אמתדיגע פירצות אן גאנץ ווייניג, ווייל ווער זענען די מהרסים וואס פירען זיך אויף די אויבען דערמאנטע וועגן?


פעלט דען "אמת'דיגע" טינוף אין סאטמאר? נאר טאמער מען וועט יא מעורר זיין אקעגן די זאכן, ווער וועט דען קומען הערן?


אינז מוזן מודה זיין איינמאל פאר אלעמאל אז עס גייט פאר די מוחים בנפש אז עס איז בכלל געקומען דערצו אז אפאר קליינע קהילות איז גלונגען צו ווייזן פאר סאטמאר אין פנים אז די אינטערדרוק וואס מען האט אמאל פארמאגט איז שוין היינט כאין וכאפס.




תוקן על ידי - kutchma - 29/04/2005 19:56:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2005 00:54 לינק ישיר 

kutchma WOWOW
Welcome Back we really missed u
מי יותנינו ירחי קדם קוטשמאס צייטן
(העיקר שמעופפים)
גוט יו"ט
פורים2005



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2005 01:59 לינק ישיר 

קבל את האמת מי מישאמרו

kutchma




חדש ימניו כקדם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2005 06:21 לינק ישיר 

אילו לא עזר לנו המחאה נגד העירוב רק להחזיר לנו את קוטשמא דיינו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2005 06:50 לינק ישיר 

kutchma

I"m Giving Up You Are Right



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2005 17:50 לינק ישיר 

ווי איך הער איז די טעיפס פין די דרשה געגאנגען ווי מצה וואסער עס שוין יעצט ביי אריבער צוויי טויזענט טעיפס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > סאטמער קליימער געפאקט מחללי שבת מערכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext