|
|
| נשלח ב-8/5/2005 20:04 |
|
| |
נו דאן פארוואס האט מען צענזורירט די טעיפ? שטאלצירט מען זיך מיט וויינבערגערן אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 23:12 |
|
| |
ר' פישעל הערשקאוויץ שליט"א איז פון די גרעסטע גדולים\פוסקים אין אונזער דור, עס איז די גרעסטע חוצפה צו זאגען אז ווער עס טראגט מיט זיין הוראה איז א מחלל שבת.
עס איז אראפ א "קרענק" פון קנאות אויף די וועלט, קנאות מיינט פאליטישע אידישקייט. די זעלבע קרענק וואס די אראבער ליידן פון דעם. ווער עס וויל אמת'ע אידישקייט דארף זיין זייער קלוג נישט פארשלעפט צו ווערן.
אגב די רפואה צו די קרענק איז צו לערנען דעם דף היומי.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 23:26 |
|
| |
רבי פישעלע איז א דעת יחיד אין וויליאמסבורג.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 07:34 |
|
| |
איחודמעמבער
אויב ר' פישעלע איז א דעת איז דער בעל ויואל משה אויך געוועהן א דעת יחיד.
אין נישט קעגן וויינבערגערס מיט פיליפאס.
נאר געגן ר' יונתן שטייף, קלויזנבורגער רב, ר מיכאל בער, פאפער רב, אמשינאווער רבי וגם חברי בי"ד שלו שארמאשער רב, טשאקעווער רב, סאמבאטעליער רב.
און ר' פישלע האט אפילו נישט קיין שקצים...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 07:39 |
|
| |
זאגען אויף א גדול הדור "דעת יחיד" ??? אויף דיינע גדולים זאגסט אויך אזוי ?
צווייטענס די ווייסט גאנץ גוט אז עס איז נישט קיין דעת יחיד. פאפא, בעלז, באיאן, אדוואר וכו' אין ווילי, און די ארץ ישראל'דיגע און בארא פארק'ער רבנים מעגען אויך זאגען א דעה און די וואס ווילן טראגן מעגן זיי פאלגן, און זיי זיינען נישט קיינע מחללי שבת, עס איז שוין די העכסטע צייט מען זאל נישט מסלף זיין די תורה, שבת מיינט די ל"ט מלאכות, אמונה מיינט י"ג עיקרים, דעת תורה מיינט וואס דיינע רבנים זאגען, חדש אסור מן התורה מיינט נייע ווייץ פאר דעם עומר, עם ישראל מיינט אויך "נישט" היימישע אידן, צניעות מיינט באשיידנקייט נישט "סיעמס" וכו' וכו'. מאך נישט קיין חוזק פון די תורה פאר דיינע אינטערעסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 23:32 |
|
| |
איחוד,
יא..יא..ר' פישעלע איז א דעת יחיד..
ניין.....ער איז נאך ווייניגער וויא א דעת יחיד...
אן אויסגידארטער יוד וויא ר' פישעלע קען אפילו א דעת יחיד אויך נישט זיין..
צי האבען עפעס א דעת אין ווילי מיז מען זיין אויסגיפאשעט אזוי וויא.... דער בעל הבית אין ראדני..
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 23:37 |
|
| |
רבי פישעלע איז א וואוילער איד און א גרויסער תלמיד חכם אבער עס איז נישט קיין סוד אז ער האט פיינט געהאט בתכלית השנאה מרן הקוה"ט מסאטמאר זי"ע און זיין שטיצן דעם עירוב האט נאר איין ציל צו גיין קעגן סאטמאר רב זצוק"ל.
זיין אייגענער רבי דער קלויזנבורגער רב זצ"ל האט געשריבן א תשובה קעגן מאכן אן עירוב אין ניו יארק.
נו וואס דארפסטו נאך א גרעסערע הוכחה וואס זיין מיל איז???
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 23:41 |
|
| |
שטותים!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 23:56 |
|
| |
מיר האבן יעצט נישט קיין צייט מאריך צו זיין, און זיך מטפל צו זיין מיט אייערע שטותים און הבלים איה"ש עוד חזון למועד.
אזויפיל קען איך אייך יא זאגן אז:אין וויליאמסבורג איז קיין עירב נישטא )ליידער ה"י(. !!! - (איך וועל מפרש זיין מיינע ווערטער בעז"ה ביי א קומענדע געלעגנהייט לפי עתות הפנאי).
ר' פּישעלע הערשקאוויטש שליט"א האט אין זיין לעבן נישט געזען קיין היקף העירוב איבער גאנץ וויליאמסבורג-ברוקלין [מיר וויסען דאס פון מציאות !!!
שויתי ה'' לנגדי תמיד
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2005 00:05 |
|
| |
ותיטב ל.... משור פר
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2005 00:08 |
|
| |
איחודמעמבער
ביסט נישט ווערט צו ענטפערן אזא שטות. אבער במחשבה שנייה האסטו מסתם באמת נישט געטראכט קיינעם צו באליידיגן, ווייל ביי דיר איז אוודאי אנארמאלע זאך אז מפאסקענט הלכות נאר כדי דער אנדערע זאל פלאצן.
ליהוי ידוע לך אז ביי סתם אידן הייסט דאס על מנת לקנתר ונוח לו שנהפכה שלייתו על פניו.
יעצט לגופו של דבר.
לפי ידיעתי האט ר' פישעלע האט געשריבן א בירור אז דער עירוב איז כשר אפילו לשיטת הדברי יציב זצ"ל צוליעב עטליכע טעמים שאכמ"ל.
אויף דעם דעמאגאגישן שטות הגדול והנורא אז דער עירוב איז געמאכט "אונגראבן סאטמאר"
ענטפער מיר אויף די פאלגענדע קשיא.
אויב די עירוב מאכערס האבן נאר געמיינט איין ציהל: אונטער צוגראבן דעם בעל ויואל משה. נאך וואס האבן זיי אויס געגעבן אזוי פיהל געלט און כוח מפרסם צו זיין השכם והערב אז דער סאטמערער רבי זצ"ל האט נישט געהאט קיין התנגדות צום עירוב?
זיי וואלטן דאך אסאך מעהר דערגרייכט זייער ציהל אויב זיי וואלטן געשריבן אז ער איז יא געוועהן דערקעגן, נאר מ'פייפט אים אהן?
לכה"פ נישט רעדן פון דעהם אינגאנצן?
ענטפער מיר אויב דו האסט וואס. און אויב נישט זאלסטו מעהר נישט האקען קיין טשייניק מיט דיינע קינדערישע נארישקייטן.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2005 00:13 |
|
| |
א מין גערעדעכץ !
א איד וואס איז פון די גדולי הדור, קומען א פאר קליינע מענטשעלעך און שרייען אז זיין פסק איז גענצליך ווערטלאז ווייל ער האבן פיינט געהאט וכו' און ווער עס פאלגט אויס זיין פסק איז א מחלל שבת !
דאס איז סילוף התורה, ווי איז דא א מקור אז מען דארף נאכגיין דעם טעם פארוואס א רב פסק'נט, אגב, פון ווי ווייסט דו אז דיינע רבנים האבען נישט זייערע נגיעות אין זייערע פסקים, וא"כ אין לדבר סוף.
און אז ער האט פיינט געהאט איז וואס, עטץ האט א מאנאפאל אויף פיינט האבן, נאר עטץ מעגט פיינט האבען?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2005 00:13 |
|
| |
שופרשופר
איך ווייס נישט ווי דו קענסט האבן אזא קלארע מציאות, ווען חז"ל זאגן אז לא ראינו אינו ראיה
זאג נאר, דער שוויתי וואס דו שרייבס דיך אונטער איז ביי דיר אויך אזוי קלאר?
נישטא קיין עירוב, נישטא קיין מדינה, נישטא קיין חלב, נישטא קיין ווערים, נישטא קיין שכל
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2005 00:54 |
|
| |
שופרשופר.
א טריפהנער חתונה זאל איז יא דא צו דאס לייקנסטו אויך?
עס אינטערסירט מיך נישט צו עס איז דא א עירוב, איך דארף עס נישט, אבער דו וועסט מיר מודה זיין אז די שמוציגסטע עלעמענטן אין שטאט פירען דעם מערכה.
|
|
|
|
|