בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שטורעם: vus סיבערבן איז אסור מדאורייתא!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2005 22:10 לינק ישיר 
שטורעם: vus סיבערבן איז אסור מדאורייתא!!

א שטורעם האט אויסגעפלאצט נעכטן נאכט אין ווילי, און עס האט אפגעקלינגען אין דער גאנצער וועלט, און די תוצאות דערפון וועט מען שפירן נאך יארן לאנג.

נעכטן נאכט וועןהרב זלמן לייב האט געזאגט זיין דרשה פאר א האלב ליידיגער ביהמ"ד, האט ער אנגעהויבען צו שטורעמן אז לעצטענס האבן זיך די אינגעלייט און בעל בתים איינגעקויפט א טריפה'נער לאנגער הויכער קאר, וואס קוקט אויס מער ווי א טראק, און עס הייסט ....

דא האט ער געמאכט א פארקנייטשטער פנים און זיך פארטיפט און נאכמאל געזאגט עס הייסט וויאזוי נאר U..V...

און ער האט ווייטער געפליקט מיט די פינגער ווי ער קען נישט כאפן וויאזוי עס הייסט.

טייל מענטשן האבן אנגעהויבען צו שרייען אז עס הייסט סאבערבן...

און טייל עס יוא ווי...

בקיצור עס האט געמאכט א שטורעם דארט ווילאנג ער האט זיך פארגלייזט און די גבאים מיט די מלמדים האבן שווער שטיל געמאכט דער עולם.

ער האט געזאגט און עס געמאכט מער לשון קודש'דיק ווי ער פארשטייט עס נישט געהעריג:

די ווי יא עס סיבערבן איז אסור מדאורייתא!!!


עס איז געמאכט רייסעריש און אויפצורייסן די גוים, און די זעלבע די אידן, און עס האט און זיך טריפה'נע זאכן ווי ווידיאס און מען טאר עס נישט דרייווען בשום אופן!

אבער גלייך ווען ער האט גענדיגט די דרשה איז ער אהיים געפארן מיט איין עס יו ווי פון ר' ש. י. דייטש. און ווי ר' ש"ט האט היינט איבערגעבען האט די רב נאר געמיינט טריפה'נע עס יוא ווי אבער נישט ר' ש. י. וואס דארף עס אלס הצלה.

תוקן על ידי - שורשנגח - 29/04/2005 22:14:04

תוקן על ידי - allnewspic - 29/04/2005 22:15:53



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2005 22:37 לינק ישיר 

s. u. v.וויצן רבותי
די איסור האט אנגעמאכט א שטורם ביי די באטרעפענטע ריזין קאמפאניס, היינט צופרי ווען די סטאק מארקעט האט זיך געפענט האבן די סאקס פון די קאמפ. אנגעהויבען צו טראסקנען אין גרויסן.
G M איז געפאלן האלב פון איר ווערט נעכטן
פארד האט שוין פארלוירן פון 60 דאללער א שעיר נעכטן האלט עס יעצט ביי 35.47,
און ווי גרינשפאן האט געזאגט א האלבע שעה צוריק ביי זיין זעלטענער פרעסע קאנפרענץ, אז עס וועט מיטשלעפען די מארקעט גאר ווייט.

פארד האט געמאלדן אז זיי גייען פרובירן צו פארהאנדלען מיט ר' זלמן גלייך נאך יו"ט און פרובירן מיט נועם המדות רייד,
G M היינט צופרי געמאלדן דורך זייער פרעסע פאטרעטער אז זיי וועלן זיך נישט לאזן שפייען נאר זיי וועלן אריינטראגען א לאו סאט קעגן ר' זלמן נאך היינט פרייטאג אין פעדעראל געריכט,
שעווי האט היינט נאך גארנישט געמאלדען און ווען די ניו יארק טיימס האט היינט צופרי געכאפט די ווייס פרעזידענט פון די קאפ. מר. דזשאן, האט ער געזאגט אז די קאמפ. איז נאך אין שאק, און וועלן מעלדן א סטעטמענט ביז 9 אזייגער היינט,
לעקסאס האט געמאלדן היינט 12 אזייגער דורך זייער ווארט זאגער מר. וועקי אז זיי לאכן זיך אויס פון די גאנצע זאך, ער האט עס ממילא נאר געגנבט פון א אנדערע דרשה און ער אליין פארט ווייטער ארום מיט אן s. u. v. אבער א ווארט זאגער פון די די זאלי קא. מר. פערלשטיין האט געזאגט פאר די פרעסע אז דאס מיינט אז לעקסאס האט דערקלערט קריג און זיי וועלן ביטער חרטה האבן,
***
ר' ש. פערלשטיין האט היינט צופרי געמאלדן אז אלע וואס פארן מיט אן s. u. v. וועט מען מאכן אויס מעמבערס, און די חברה קדישא וועט נישט באגראבן טאמער די מת וועט מען ברענגען צום בית החיים מיט אן s. u. v.
***
א גוט זאגער האט געפרעגט א פוינט היינט:!
וויפיל עבירות וועט עובר זיין איינער וואס וועט זיצען אין s. u. v. און ליינען די כל העולם כולו און קוקען דערין א בילד ווי ר' זלמן פארט אין א s. u. v. און דערביי עסן ריפעל פאטעטע דזשיפעס, און פארן צו איחוד קאנטרי,,,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2005 22:48 לינק ישיר 

סוף כל סוף נאך אזויפיל יארן האט ער זיך דערלערענט פון זיין ברודער פון קרית יואל צו רעדן שטותים, ווילאנג ער לערנט זיך נישט פון דעם רב הצעיר צו רעדן ניבול פה אויף גדולי ישראל איז נאך גוט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2005 23:29 לינק ישיר 

עפעס הער איך אז שאול פערלשטיין האט אויך גערעדט און בוך הדברים האט ער דערמאנט אז דער רב איז שוין דא רב פאר 5 יאר, און אזוי ווי דער עולם איז זייער צופרידן פון אים, וויל מען דא געבן די געלעגנהייט אז ווער עס האט עפעס צו זאגן קעגן זיין רבנות זאל יעצט זאגן, און וויבאלד קיינער האט זיך גארנישט אנגערופן האט מען דאס "פראטאקאלירט"... און מען וועט עס אריינשטעלן אין די שטאטוטן!!!!

לאכט נישט! איך האב אויך געלאכט ווען איך האב עס געהערט... אבער ווען איך האב אויסגעפינען אז עס איז אמת, בין איך שיער אראפגעפאלן אויף דער ערד.... דער פערלשטיין איז עפעס געוואלדיג, אפילו פאר כעלעם וואלט ער געווען "טו מאטש"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2005 22:04 לינק ישיר 

איך וויל נישט עפענען א עקסטערע אשכול וועגן דעם, משום כבודו של רבינו שליט"א, וועל איך פרעגן דא.

איז אמת אז פרייטעג צונאכטס שבת ער"פ האט רבינו שליט"א בשום אופן נישט געוואלט אנטון דעם טלית, און איז אריין געקימען אן א טלית צום דאווענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2005 22:52 לינק ישיר 

איין סאטמאר!
א געווינס פאר ר' אהרן ט"ב אז דער רבי שליט"א האט נישט געוואלט אנטאן דעם טלית...

תוקן על ידי - אינהכינמי - 03/05/2005 0:03:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2005 05:05 לינק ישיר 

עס קומט מיר צו א חבר און זאגט מיר מיט גרויס שמחה:
איך בין געווארן פרעזידענט אין "מייקראסאפט"!!

איך קוק אים אן, האלוי, וואס הייסט?

זאגט ער: יא! אזוי ווי דו הערסט! איך בין געווארן דער פרעזידענט!! גלייבסט נישט?

און אז ש. פערלשטיין וועט עס אויסרופן אין ראדני, אין קיינער וועט נישט זאגן אנדערש וועסטו שוין יא גלייבן?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2005 05:46 לינק ישיר 

ווי סשטעלט זיך ארויס איז די דרשה וועגן דעם עס. יו. ווי. אויך געגנבט
ר' יוסף חיים גרינוואלד האט שוין לאנג מוחה געווען אויף די פירצה
דא קען מען הערן א חלק פון די דרשה (כל הזכויות שמורות ובלכתך בדרך טעיפ קא.)
http://rapidshare.de/files/1546555/SUV.mp3.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2005 20:03 לינק ישיר 

איחוד'ל, איך פארשטיי נישט ווי קימט דא אריין ר"א אין די בילד, איך האב געפרעגט א קשיא, זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ, נישט ענטפער ווי די טיסט אין אלע אשכולת'ר "א געווינס פאר אהרן ט"ב".

אויב עס איז אמת טוט מיר זייער וויי די בזיון פון רבינו שליט"א, ווייל די גבאים וואלטן געדארפט האלטן דעם רבי'ן אינדערהיים דאווענען אזא צייט, פינקט ווי מ' האט אים איינגעשפארט שביעי של פסח ביינאכט אין צופרי למען כבודו פון רז"ל ער זאל קענן טאנצן די שירה און זאגן אז ישיר פאר'ן עמוד, מעגן זיי ווען לכבודו פון רבינו שליט"א אז ער וויל נישט אריין קימען מיט א טלית אים האלטן אינדערהיים צום דאווענען.

בין איך גערעכט אדער נישט? ביטע נישט ענטפערן מיט קללות וכדומה, נאר "צודעזאך".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2005 21:16 לינק ישיר 

עס איז געווען שוין לאנג צוריק א בילד דא ווי זלמן לייב קומט צוריק פון אסיפה קעגן די עירוב אין א סאברבען, עס איז אן אייזענער בילד, איך מיין אז קוטשמע האט עס ארויפגעלייגט דעמאלס, ווי קענען טרעפן די בילד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2005 21:22 לינק ישיר 

איך הער אז ר' זלמן לייב גייט גיין קאמפעטישען מיט ר' מאטעל'ע ער גייט אנהויבען מוחה צו זיין אויף יעדע זאך, בקיצור ער גייט ווערן א קדוש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2005 23:42 לינק ישיר 

די בילד איז ארגינעל פין JEWBOY (ער לעבט נאך?) איך האב עס שוין נישט אין מיינע ארכיוון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/5/2005 00:19 לינק ישיר 

איך האב עס געטראפן דא אבער איך קען עס נישט דיין לאדען ווייסט איינער פארוואס?

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=757774



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/5/2005 00:21 לינק ישיר 

אלע בילדער וואס זענען געלייגט געווארן אויף הייד פארק פאר א געוויסען דאטום זענען אויסגעמעקט.

פאר דעם בילד ברויך מען גיין צום מקור, JEWBOY.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 23:14 לינק ישיר 

וואס אזעלעכע ר.בנים טוען אויף
זיי ווייזען אז יעדער איסור איז קיין איסור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 17:18 לינק ישיר 

אין דער איד איז דא א בילד ווי די רבי פארט אהיים מוצרי יו"ט ביים באגלייטען און ער פארט מיט א סבארבאן קאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שטורעם: vus סיבערבן איז אסור מדאורייתא!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext