די צוויי בילדער פון הגה"ק הרמ"א פריינד זצ"ל, איז מורא'דיגע שיינע בילדער אבער עס איז נישט פון ל"ג בעומר,
דער בילד פון מירון שטייט דערויף 94 וואס איז בשנת תשנ"ד, יענעם יאר איז די איינציגע יאר וואס דער רב ז"ל איז נישט געווען ל"ג בעומר אין מירון,
דער רב איז געווען אין ניו יארק, און האט געהאט אן עקסידענט אויפן וועג צום לופט פעלד, אין האט נישט געקענט אנקומען אויף ארץ ישראל ל"ג בעומר, ער האט געפראוועט ל"ג בעומר אין בעלהארבער ניו יארק,
אגב דער רב האט דעמאלס נישט געוואלט מאכן קיין הדלקה, ווייל עס איז נאר א מנהג ארץ ישראל, ער האט געזאגט אז אינדערהיים האט מען אויך נישט געמאכט קיין הדלקה ל"ג בעומר,
אגב האט דער רב ז"ל קיינמאל נישט פארפאסט ל"ג בעומר אין מירון, נאר דעמאלס בשנת תשנ"ד, ער איז געפארן בעת הסכנה בשנת תשכ"ז אינמיטן די מלחמה מיט מסירות נפש קיין מירון,
|
|