| נשלח ב-8/5/2005 14:53 |
|
| |
פארוואס פונקט ביי לשם יחוד
ס'איז דא ליידער אזוינע מענטשן וואס ביי קדיש אדער חזרת הש"ץ שמועסן זיי אויף תולה ארץ, אבער ווען ס'קומט צו זאגן די לשם יחוד און די ברכה פון ספירה שרייען (זאגן) זיי מיט אזא ברען און התלהבות אז מ'קען מיינען זיי זענען די ערליכסטע יודן אין ביהמ"ד.
וואס עפעס דווקא ביי ספירת העומר זענען זיי אין די עולמות?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 17:32 |
|
| |
פרעג נישט "פארוואס ביי לשם יחוד" יא, פרעג: "פארוואס אגאנצן דאווענען נישט"!!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 17:45 |
|
| |
מהיכא תיתי אז משרייט אבער פארוואס ברויכ'ן זיי אזוי קלאטשן מיט עקסטאז פינקט אזוי וי ביי לקל אשר שבת נאך קל אדון שבת צופרי?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 17:59 |
|
| |
יעדע נייע זאך איז אינטערעסאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 18:04 |
|
| |
און דערנאך ווען עס קומט צו די ברכה זענען זיי די ערשטע ארומצולויפן אויסהערן דעם חבר ציילען, ווייל זיי ווייסען נישט וואס מען ציילט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 18:14 |
|
| |
דארף מען טאקע רויט ווערן אויב מ'מאכט צו די סידור נאך עלינו און מ'פאנגט אן אוועקצוגיין, און דערנאך כאפט מען זיך אז מ'ציילט ספירה?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 18:15 |
|
| |
דאס יאר היות דער ערשטער טאג איז גוועהן זונטאג, איז דער חשבון זייער פשוט, יעדען טאג ציילט מען דעם יום לשבוע, אזוי ווי דער טאג וואס איז גוועהן היינט. למשל, מיטוואך וועט אלעמאל זיין "שהם ? שבועות וארבעה ימים לעומר" און דינסטאג וועט אלעמאל זיין ושלשה ימים לעומר.
נקוט כללא זו בידך, ס'פארגרינגערט זייער דעם חשבון
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 18:22 |
|
| |
די סיבה פארוואס מען ציילט ספירת העומר מיט קולי קולות, איז ווייל עס איז קעגן די צדוקים!
די צדוקים האבן אנגעהויבן יעדעס יאר ציילן אין א זונטאג, ווייל עס שטייט "ממחרת השבת". אבער אונז הייבן אייביג אן דעם צווייטן טאג פסח, אזוי ווי חכמים האבן ארויסגעלערנט אז ממחרת השבת מיינט ממחרת הפסח.
יעדע זאך וואס מען טוט "להוציא מלבן של צדוקים" מאכט מען בקול רעש גדול.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 18:24 |
|
| |
אויב אזוי דארף מען צו שרייען ביי הנחת תפילין אויך?!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 18:25 |
|
| |
דארף מען דאך אויך שרייען: שבת, מחללי' מות יומת
עס איז קעגן די צדוקים...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 18:32 |
|
| |
יעדער פון אונז קען אויך זיכער דעם טיפ וואס נאכן ספירה לויפט ער נאך דעם אומשולדיגען כולל יונגערמאן וועלכער האלט שוין ביים שוועל פון ביהמ"ד, גרייט אהיים צו גיין נאך א פולען טאג. דער יונגערמאן דרייט זיך אויס דערשראקענערהייט, פיל מיט וואונדער. ער פרובירט זיך צו דערמאנען צו ער האט אפשר געבארגט געלט פון אים, אנגעטראגען א שידוך, וכו'. ווי ער קען זיך נישט געפונען א סיבה צום געיעג, קוקט ער אים אן מיט צוויי פאר אויגן. און דאן שטעלט דער יעניגער אוועק זיין הארבע שאלה: "מה שפגמתי בספירה?"...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 19:17 |
|
| |
נו, וואס ענטפערט מען טאקע אין אזא פאל? יסוד שביסוד?..
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2005 19:22 |
|
| |
איך ענטפער אלעמאל מיטן פולסטען תמימות: פלוני שבפלוני!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 03:54 |
|
| |
איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט, א יונגערמאן איז צוגעגאנגען צו זיין שכן אין ביהמ"ד אינמיטן ספירה, און געפרעגט "מה שפגמתי בספירה"?... (דהיינו, וואס זאגט מען היינט?) האט אים דער שכן געענטפערט: "ווי אזוי זאל איך וויסן וואס דו האסט פוגם געווען"?...
אליבא דאמת איז נישט שווער צו פארשטיין פארוואס ספירה מאכט מען מיט אן התעוררות, דאס איז שוין מקובל פון די פריערדיגע דורות, און יעדע זאך וואס מ'טוט נישט יעדן טאג איז מיט התעוררות, דער שבת'דיגער נשמת זאגט זיך מער געשמאקער ווי דער הודו וואס מ'זאגט יעדן טאג, און דער פסח'דיגער סדר טיש איז אויך ערנסטער און געהויבענער ווי יעדע וואך דער שבת'דיגער טיש, וכו' וכו'.
איין אויסנאם וואס איך טראכט, איז "לדוד ה' אורי" וואס מ'זאגט נאכן דאווענען אנגעהויבן פון ר"ח אלול, דאס זאגט דער עולם אפגעכאפט - טראץ דעם וואס דאס זאגט מען נאך תקיעת שופר וואס דארף מעורר זיין את הלב.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2005 12:29 |
|
| |
נעכטן געהערט א גוט שטיקל ביים שיעור:
איז געווען איינער וואס האט געגעסן יעדן טאג לויט וויפל מ'ציילט א ראגעלע, ס'הייסט די ערשטע טאג האט ער געגעסן 1 ראגעלע די צווייטע טאג צוויי און אזוי ווייטער, איז געווען איין טאג האט ער פארגעסן צו עסן ראגעלעך. האט ער דעם קומענדיגן טאג שוין געגעסן די ראגעלעך אן א ברכה...
וואס איז דא נישט פארשטענדליך אין די מעשה?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2005 04:55 |
|
| |
בעלבאטיש איז דער הסבר אז עס איז אזוי ווי א מענטש גייט ארויס אין וועג אין יעדם טאג איז נאך א סטאנציע.
אבער עס איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען שפירט באמת א ווארעמקייט פון א הכנה צו קבלת התורה ווען מען ציילט ספירה.
|
|
|
|
|