איך וויל ענק מיטטיילן דא איבער וואס עס איז געשריבן אין בחדרי חרדים אידיש",עצות פאר די וואס קומען קיין מירון
אלץ אל תמנע טוב
וועל איך דאס אהער קאפיען די נוסעים מירונה זאלן הנאה האבן
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1366781
אהלי צדיקים שרייבט
יא, איך זאג פאר יעדעם א מוראדיגע עצה, אז בעפאר מען קוקט זיך אום אויף דעם הו-הא אין מירון זאל מען קודם זאגן א האלבע שעה תהלים ביים ציון פון ר' שמעון. איבערהויפט ווען מען פארט דאס ערשטע מאל. מציאות איז אז ווען מען הויבט אן קוקען ענדיגט מען נישט! את חטאי אני מזכיר היום אז איך האב זיך ארומגעדרייט דארט 3 שעה נאכאנאנד: ביי די טאנצען, ביי די געלט גייערס, ביי די פרענקן (אוי, מאך מיר נישט רעדן פון זיי), ביי די הכנסת אורחים'ס, ביי די ח"י רוטל, ביי די משטרה וכו', ווען איך האב נאך געהאט נישט מער ווי 15 מינוט דארט צו זיין האב איך זיך געכאפט אז איך בין דא געקומען אויסבעטן. און דאן איז שוין געווען דערנאך, ביז מען קומט אריין צום ציון איז שרעקליך.
אייגענטליך אויך א וויכטיגע נקודה צו וויסן אז ביים ציון איז נישט מעגליך צו זאגן תהלים מיט כוונה! די געדרענג בענזאם מיט אלע ערליי שיכטן פון כלל ישראל ערלויבט נישט צו קאנצעטרירען די מחשבה קיין כי הוא זה! ואין חכם כבעל הנסיון.
און דאס וויכטיגסטע וואס גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש ממש: מיטנעמען מיט זיך אין א שאפינג בעק א באטל וואסער. פרוביר נישט אנדערש. אויב ווילסטו וויסן פארוואס הער אביסל צו די מוזיק, ווען יעדע 2 מינוט ווערט עס אפגעשטעלט "הצלה אויבן ביי די ווייבער", (פון ווי זאלן די הצלה'ס וויסן וואו ביי די ווייבער?, ממש א פלא, טויזענטער ווייבער צושפרייט איבעראל און זיי דארפן מכווין זיין). מענטשן חלשן דארט ווי פליגען, מיט א קליין טרינק שפארט מען זיך פיל עגמת נפש.
און צום לעצט: פועל אויס אלעס גוטס!
מען דארף זען אנצוקומען נאכמיטאג, אז מען גייט אריין אין די מערה נאך די שקיעה, איז דער געדרענג שוין נישט אזוי גרויס, און דאס ערנסטקייט געוואלדיג, מען קען זאגן תהלים מיט מער ישוב הדעת.
אומפארטיי
איך האב מתקן געווען ווייל איך האב פארגעסן צו שרייבן א לינק
תוקן על ידי - קומפוט - 11/05/2005 2:10:19
 |
|
|