בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הלנו אתה אם לצרנו?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/5/2005 08:37 לינק ישיר 
הלנו אתה אם לצרנו?
מצורף קובץ

אזוי ווי עס ווערן נתרבה כסדר פרישע אשכולות פון אומצאליגע קהלות ביי וועלכע דער "וזרח השמש" איז נישט קלאר... און עס איז דא אן אויסוואל פון ממלא מקומו'ס, אדער סתם קריגערייען, וואלט געווען פאסיג צו מאכן אן אינפארמאטיוון אשכול זיך פשוט צו באקענען מיט די טריקענע פאקטן פון אלע קאנדידאטן, פארשטייט זיך אז אין דעם אשכול האט נישט קיין פשט זיך צו טענה'ן אין פאליטיק, נאר פשוט שרייבן ווער עס זענען די צדדים פון די מחלוקה.

1) סאטמאר: ר' אהרן טייטלבוים - ר' זלמן לייב טייטלבוים
2) באבוב: ר' בנציון האלבערשטאם - ר' מרדכי דוד אונגאר
3) פונוביז: ר'
4) קלויזנבורג: האלבערשטאם (א"י) - האלבערשטאם (ב"פ) - ווייס ירושלים.
5) ליובאוויטש: משיחיסטן - אנטי משיחיסטן
6) גור: ר' יעקב אלתר (האדמור) - ר' שאול אלתר
7) בעלז: ר' ישכר דוד רוקח - מאכנובקא ר' .... רוקח.
8) טאהש: ר' משה ראטמאן-משבק (בני לוי) - ר' .. ניימאן.
9) וויזניץ ב"ב: ר' ישראל האגער - ר' מענדל האגער
10) תולדות אהרן: ר' שמואל יעקב קאהן (תוא"י) ר' דוד קאהן (תו"א)
11) ברסלב: ר' י.מ.שעכטער, נ נח'ס, בערלאנט, שיק, ועוד
12) ספינקא: ...................
13) דעעש: ...................




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 08:40 לינק ישיר 

spinka has too many sides and not enough Chassidim
Deizh is also fighting? over what?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2005 16:27 לינק ישיר 

פאנאוויעזש:
ר' חיים פרץ בערמאן - ר' שמואל מארקאוויטש

אגב, מיט וואס שלאגן זיך דארט דיינע חברה ???

מיט ציין בערשטלעך ???

אך, צוריקגעבליבן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2005 17:46 לינק ישיר 

What about Pupa



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2005 18:01 לינק ישיר 

נייטרא: ווייסמאנדל-אונגער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2005 21:56 לינק ישיר 

פייערמאן: האסט פארגעסן פון זייער א וויכטיגן קאמפעטישאן, דאס איז מענדל טייטלבוים און ח. העלער און די מחלוקה איז איבער טורטין הופער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 22:04 לינק ישיר 

מען טאר עס נישט זאגן אבער ליידער די אלע מחלוקת'ן האלטן אויף דעם דור ביז משיח וועט קומען אונגיכן בב"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 22:08 לינק ישיר 

פוילישער!
קענסט עפענען אן עקסטערן אשכול פאר דעם, דא קומט עס נישט אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2005 00:18 לינק ישיר 

פאפא איז געווארן מסודר right away!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2005 01:40 לינק ישיר 

ביאלע און לעלוב האבען היינס די מערסטע חסידישע הויפען.

אמאל פלעגט זיין נדבורנה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2005 06:07 לינק ישיר 

KJfire

חוץ פון דערציילען די חסרונות פון יידישע קינדער
טוסטו עפעס אויף מיט דיין רשימה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2005 06:25 לינק ישיר 

פאפא:

ר' יעקב יחזקי' גרינוואלד - ר' ? גרינוואלד

און די נייע מחלוקה:

ר' מאיר גרינוואלד - ר' אברהם ? גרינוואלד

היידפארק:

באטשי - קי פייערמאן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2005 06:35 לינק ישיר 

אוודאי

מתכבד בקלון חברו!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2005 07:50 לינק ישיר 

WEAKYזאלי אפשר ביסטו מסביר פין וואס די רעדסט?? איך ווייס אזוי אז אין פאפא גייט גארנישט פאר - איז דאס א אויפגעמאכטע מעשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2005 09:02 לינק ישיר 

מצורף קובץ

באטשי:
איך האב דערציילט חסרונות פון אידישע קינדער? חס ושלום! פארקערט איך געשריבן מען זאל זיך נישט טענה'ן אין פאליטיק, נאר געשריבן טרוקענע פאקטן.

די סיבה פארוואס איך האב עס געשריבן איז זייער פשוט, בשעת עס ברעכט אויס א קריגעריי אין א קהלה, פארלירן זייער אסאך מענטשן זייער גלייכגעוויכט און דעם קלארן קאפ, און ווייסן זיך נישט וואו אהין צו טאן.

דערפאר איז וויכטיג צו געדענקען אז כמעט אלע גרויסע און קליינע קהלות זענען דאס אדורך, אדער זענען זיין אינמיטן דעם פראצעדור, און יעדער דארף וויסן דאס נישט צו נעמען פערזענליך, און זיכער זיך נישט צוקריגן מיט געשוויסטער עלטערן אדער קרובים און שכנים. יעדער מעג האלטן וואס ער וויל, אבער ער זאל אויך רעספעקטירן דעם צווייטן, און ספעציעל משפחה.

דאס וואס קהילות צוטיילן זיך איז נישט אייביג א "קלון", נישט איינמאל זענען ביידע צדדים גערעכט, אדער איז דער מצב אזוי אז כדי יעדער זאל קענען צופרידן געשטעלט ווערן מוז יעדער בוחר זיין זיין מנהיג מרצונו הטוב.

דער אמת איז אז מעגא-חסידות'ער איז רוב מאל נישט די טובה פון די חסידים, אויסער די נאציאנאלע געפילן אז מען איז מעכטיג וכדומה ברענגט עס גארנישט, אמאליגע צייטן ווען א רב (אדער א רב) איז נפטר געווארן און מען האט אויפגענומען א קינד אלס ממלא מקום, האבן די אנדערע קינדער געקענט ווערן רבנים אין אנדערע שטעלעך וואו זיי האבן ווייטער געקענט מרביץ תורה זיין.

היינט איז נישט דאס דער מציאות, און צומאל קען נאך דער אייגענער ברודער זיכער מאכן אז אלע אנדערע געשוויסטער זענען אינגאנצן צומאלן... אין אזא פאל בלייבט נישט קיין צווייטע אויסוואל ווי צוטיילן דאס חסידות פאר יעדן.

פארשטייט זיך אז ס'איז שווער צו מאכן א כלל וואס זאל גילטן איינשטימונג איבעראל, אבער דאס איז אויך גוט צו נעמען אין באטראכט אז די אלע גרויסע צוטיילטע חסידות'ער זענען בכלל נישט קיין רחמנות, און יעדער פון זיי הייבט אן (צוטיילטערהייט) מיט א גרעסערן עולם ווי זיין פארגייער האט געהאט ביי די עלטער. און ביז אפאר יאר וועלן זיי בעזהשי"ת זיך דאפלען און טריפלען, ממילא קען יעדער זיין רואיג אז ער וועט האבן מנין בריווח, און אפשר וועלן זיי זיך נאך איבערבעטן איינער מיט צווייטן (ווי די צוויי וויזניצער רבי'ס), ביני לבינו לאמיר ארבעטן אויף אונזערע מידות טובות, און האט מיר א גוטע נאכט.

צרת רבים חצי נחמה.


בדרך אגב, אין עטליכע פון די חסידות האב איך קלאר ארויס דעם גאנצן פאליטיק, און איך וואלט געקענט שרייבן אסאך פרטים, אבער איך האלט מיך צוריק ווייל איך וויל נישט אויפלאקערן קיין מחלוקת ער אדער זיך מתכבד זיין בקלונם. אזוי אויך קאכט זיך שוין פרישע קעסלעך אויף עטליכע פלעצער, אבער איך וויל נישט זיין דער ערשטער וואס מעלדט עס.


========================

באטשי טייערער, איך זע אז דו ביזסט שטארק חושש נישט צו דערציילן קיין חסרונות פון יידישע קינדער, וויל איך דיר דערמאנען אז כאטש דו ביזסט א קלויזנבורגער האסטו א צד אין סאטמאר (נגד הרבי זצ"ל, ונגד ר' זלמן לייב) אין באבוב (נגד האדמור ר' בנציון) ועוד. איך האף אז דו וועסט דיר פארנעמען מהיום והלאה מער נישט צו דערציילן חסרונות פון קיין אידן, און זיכער נישט פון קיין פריוואטע מענטשן (כדלקמן).

אבער איך האב א לימוד זכות אויף דיר, אז זייט דו האסטו פארלוירן דין בראך גארטל, ביזטו נישט ביי דיר.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1019491



מוגה אודות טעותי כתיב

תוקן על ידי - kjfireman - 11/05/2005 9:05:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2005 15:29 לינק ישיר 

צווישן די וויליאמסבורג און בארא פארק קהילות גייט שוין היינט כמעט גארנישט פאר (אמאל האט מען דארט גענוצט בעיסבאל בעט'ס !).

אבער די מחלוקה צווישן די צוויי קינדער פון דעם וויליאמסבורג פאפאנער גרייכט עד לב השמים, כאטש זיי ווייסן נאכנישט פונקטליך וואס זיי האבן צו טון זיך צו קריגן.

אויב דו האלטסט נישט מיט הייב זיך אן צו דרייען מער אין פאפא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הלנו אתה אם לצרנו?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext