דאס קען זיין א ערנסטער קלאפ פאר בערמאן (לדעתי די שענסטע ספרים סטאר אין בארא פארק).
עס איז באקאנט אז דער הייליגער שאגת ארי' איז סוף ימיו אויף אים ארויפגעפאלן דער ספרים שראנק, און ער איז געלעגן דארט א היפשע צייט.
דערנאך האט ער געזאגט, אז די אלע פוסקים אויף וועמען ער האט געקריגט זענען אים באפאלן, און ער האט יעדן איבערעגעבעטן, נאר דער לבוש (דוכט זיך מיר) האט אים נישט געוואלט מוחל זיין, און צוליב אים וועט ער מוזן נסתלק ווערן.
ער איז טאקע דאן קראנק געווארן און עטליכע טעג שפעטער נסתלק געווארן.
|
|