|
|
| נשלח ב-19/5/2005 01:57 |
|
| |
ווי ווייט איך ווייס, איז ער דער הויפט מגיה, און פון צייט צו צייט שרייבט ער (זייער געלונגענע) ארטיקלען.
דער רבי זי"ע האט טאקע געהאט אינדערהיים דעם סעט פון קאשער, צוליב איין סיבה.
אזויווי דער רבי זי"ע איז געווען א ויסטערלישער בקי אין מדרשים, און ער פלעגט אסאך נוצן ראיות פון מדרשים אין זיינע תורות, ווי אויך אין זיינע ביאורים קעגן די טמא'נע מדינה והמסתעף.
און וויבאלד איינמאל האט עמיצער גע'טענה'ט - באזירט אויף קאשער'ס הגהות - אז דער רבי האט שלעכט נאכגעזאגט א געוויסן מדרש, און אזוי געוואלט אפווענדן דעם רבי'ן, האט דער רבי זיך דאן פארשאפט דעם סעט, כדי צו וויסן זיינע סילופים, און וויסן ואס צו ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 19:18 |
|
| |
Dont worry Diplomat ... The BLAT this week have bigger fish to fry
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 19:48 |
|
| |
שקויעך פאר מיך אויוועקען פון מיין טיפיע שלאף און פאר די טעלעפאן קאלס וואס חבירים האב מיך געקאלט פרעגען אויב איך ביען געווען ביי מיין רביס שיעיר. איך בין טאקע געווען דארט אלץ די רעפארטער פון די בלאט.א שאד ער האט ניש גערעד ציפיל ער האט נאר עפעס געזאגט וועגען צוויי ברידערס וואס שלאגען זיך אויף די מליכה אז מען האט עס שוין געזען ביי די מלכים נאך און מקרה מלה דיבר הכתיב
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 21:36 |
|
| |
ר' סיני איז א וואילער איד און זייער געלונגען, ער ווייסט אסאך היסטאריע, ער האט שפראך אין מויל, און איז א ריזן שרייבער.
ער ארבעט אין דער איד אפיס אלס א מגיה אויפן שריפט, נישט אויף די מיינונגען. ער קען דעם אידישן שפראך געוואלדיג גוט, און פראדעם ניצט מען עם, לויט ווי איך ווייס.
יעצט לגבי די אטאקע פין "דער בלאט" וואס כאטש דאס איז לכאורה א פלעינע שריט קעגן א ביזנעס קאמפעטישאן, מוז איך אבער צושטימען אז זיין שפראך איז זייער ברייט, ער ווייסט "צופיל"...
ביי אונז האט מען אייביג פרובירט זיך צו האלטן בתמימות און נישט מיט ברייטע ידיעות... ווייס ווייניגער דין דעם באשעפער...
אסאך וויסן האט נישט געברענגט קיין גוטס קיינמאל... פוילן יוכיח...
ער ציט א גרויסע עולם צו זיינע דרשות ווייל ער רעדט פין זאכן וואס אין חדר האט מען נישט גערעדט, כאטש די עצם זאכן פין וואס ער רעדט זענען לגמרי נישט פסול... איז עס נישט "פראמאטעט" ביי אונז צו רעדן דערפון.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2006 18:08 |
|
| |
יאמאמיי,
אנטשולדיגט פארן אויפוועקן. כאטש איך האב טאקע געהאט א פופציג פראצענט הצלחה טוה איך מער נישט צוריקרופן אלטע שרייבער וואס האבן זיך אפגעטראגן פון דא, אבער מיר וואלטן זיך שטארק געפרייט צו זען נאך אביסל פון דיין געשמאקע פעדער.
ווילי יונג,
מיש נישט צאם חקירה מיט ר' סיני'ס ברייטע ידיעות איבער רעליגיע'ס. חקירה וואס די גדולי ישראל זענען געווען שארף דערקעגן איז נישט ווען מען ליינט אביסל איבער די קריסטליכע רעליגיע און אירע נארישקייטן.
דער בלאט איז אויף אים ארויפגעשפרינגען ווען ער האט נאכגעברענגט עפעס פון ר' מנחם מ כשר ז"ל בעל מחבר 'התקופה גדולה', און דאס איז שוין א הארבער חטא וואס מען ברויך אים דערפאר דורס זיין לעבעדיגערהייט, אפי' עס איז געווען אין פאפא!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2006 22:08 |
|
| |
לאמיר זיך נישט נארן צו מעתיק זיין פון כשר איז א עוולה.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2006 23:33 |
|
| |
ווער איז כשר? איז ער יא כשר אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2006 00:59 |
|
| |
ווייטער מיט ענקערע ווילדע שריטץ פערזענדליך האלט איך אז די מן,שליו, מרגלים און ביי די נחש הנחושת און מי מריבה זענען אלע געווען סאטמערע חברה און פראבירט בכל ובאיזה אופן שיהי אויפצוווייזען פאר עם ישראל אז משה רבינו טויג נישט....... האקט נישט אין מח אריין עס באדערט ענק איין זאך אז ער (הר' סיני) איז "אינדיפענדענט" און אפ-אפהענגיג, און איז נישט קיין סאטמערעררררררררררררררררררררר.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 18:22 |
|
| |
יאגעלע, א חלק פון אייער חינוך און וואס מיט דעם זענט איר אויפגעצויגן געווארן אז פון די שטערקסטע ראיות צו די 'שיטה' איז 'אז קיינער האט נאכנישט ארויסגעגעבן א ספר קעגן דעם ויואל משה'. איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין דעם פארצווייגטן וויכוח, אבער עס איז פשוט אז נישט יעדער ווייסט בכלל ווער הרב מ. מ. כשר ז"ל איז געווען, ווייל איינע פון זיינע ספרים הייסט 'התקופה הגדולה' וואו ער איז מבאר די שלש שבועות אויף אביסל א צווייטן אופן... איז דעריבער גאר פארשטענדליך אז מען טאר נישט דערמאנען און ארויפברענגען זיין נאמען אין א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, נישט קיין נפקא מינא אויב דאס וואס מען האט נאכגעברענגט בשמו האט עפעס צוטוהן מיט די שיטה אדער נישט. מען דערמאנט נישט קיין נאמען פון אן 'אפיקורוס'... פארשטאנען?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 19:23 |
|
| |
דיפלאמאט
דו האסט דעם התקופה הגדולה נישט געזען, און אויב געזען נישט אריינגעקוקט דערין. ער רעדט נישט פון די שלש שבועות, ער דערמאנט עס אין אן הערה'לע צוויי, ער רעדט בפירוש נישט דערפון.
ער רעדט פון גאנץ אנדערע זאכן. נסים ביי די ששת ימי אפילה, אז אחאב איז נישט געווען קיין רשע, אז משיח גייט נישט קומען (אין משיח לישראל), אז די מדינה איז א אתחלתא דגאולה, ועוד ועוד מינות און זיופים.
זיין זייפנות איז געווען א שם דבר נאך בחייו, ער האט געפעלטשט דעם בריוו פון די רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן די בחירות, אנשטאט "הניצנים הראשונים של קיבוץ גלויות" האט ער געדרוקט "הניצנים הראשונים של התאחלתא דגאולה". צבי וויינמאן (נישט קיין סאטמארער בכלל) אין "מקטוביץ ועד ה' באייר" טענה'ט ער האט שוין גערעדט צו מענדלע'ן בחייו.
ער האט אסאך זאכן געפעלשעוועט, והדברים ידועים.
אויב איז ער דער בר פלוגתא פונעם ויואל משה, שטייען מיר זייער זייער גוט.
בריסקער רב אמר עליו "מענדל טריפה".
אין לי יותר זמן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 06:58 |
|
| |
איך האב דעם ספר נישט געלערנט, איך האב בעיקר געבויט אויף זיינע ווערטער דא ווי ער שרייבט בתוך הדברים (אפשר אויך איינע פון די געפעלטשטע סחורה...):
הטעם הנ"ל על הרוגי המלחמה הי"ד, נכתב מפני חסרון ידיעה מה שכתבו גדולי ישראל לפרש העניין של השבועות המבוארות בגמ' כתובות קי"א. בספרי 'התקופה הגדולה' כתבתי על עניין זה בכמה מקומות...
אבער אויב דער ספר איז נישט גוט, דאן קען מען געבן א בליק אויף זיין מיינונג אין דעם ענין אין דעם לינק וואס איך האב אויבן צוגעברענגט.
(ד"א, איך בין נייגעריג ווי דו באטראכסט זיך, צי ווען דו טוהסט דורך דעם ענין פון ציונות און דו לערנסט די ספרים וחיבורים פון אנדערן חדר ווי 'שלא יעלו בחומה' און 'נפש עדה' ועוד, לערנסט עס דורך אביעקטיוו, אדער מיטן ציל צו כאפן ביים ווארט און אויפווייזן די 'אפענע שקרים' וואס ליגן דארט באגראבן?
דער אמת איז אויב איז בכלל דא אזא זאך ווי זיין אביעקטיוו אין דעם ענין?...)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 18:49 |
|
| |
ער האט אסאך זאכן געפעלשעוועט, והדברים ידועים
אז סאטמארער חסידים שרייבען אזוי מיינט נאך נישט הדברים ידועים, אמת איך האב געזען וויינמאן, ער איז טאקע נישט קיין סאטמארער אבער ער שרייבט מיט זייער השקפה.
ווי שרייבט עס בריסקער רב? האסט א מקור בכתב?
|
|
|
|
|