|
|
| נשלח ב-19/5/2005 19:05 |
|
| |
נישט קיין שום שערוריה עולמי
כסדר קענסטו זען הוסר העיקול אויף עיקולים וואס ער נעמט אראפ וואס עדה החרדית און התאחדות האבען געלייגט, דא האט ער עס כאטש געמאכט פאר א קליינער בית דין.
דער בריוו לעבן דעם מיט די נימוקים האט ער נישט געשריבען, ווער עס קען זיין שפראך ווייסט אז ער שרייבט א צוקראצטער לשון קודש,
עס איז מיר נאר א ווינדער ווי די גאליציאנער כולל האט נישט געוויסט דאס, זיי האבען לכאורה געמיינט אז ער איז א שיינער איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2005 19:13 |
|
| |
אזוי גייען דיני תורות, כל דאלים גבר, ווער עס קען בעסער די שטיק דער געווינט.
איך חידוש מיך פארוואס מען שרייט מען זאל גיין צו די דין תורה, מען מעג זיין גערעכט, אבער ביי די היינטיגע דיני תורות מיינט דאס גארנישט.
די גאנצע קריגעריי איז מבזה ביידע זייטן, עס איז מבזה די רבי'ס מיט די רבנים, עס איז מבזה דין בתי דינים, און איז מבזה חסידות און די תורה.
עס איז דא ווארט אויף סנהדרין ק"ב ע"א אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר ירבעם חזור בך ואני ואתה ובן ישי נטייל בגן עדן, האט ירבעם געפרעגט מי בראש? האט דער אייבערשטער געענפערט בן ישי בראש, האט ירבעם געזאגט אי הכי לא בעינא, פרעגט זיך א קשיא און אז ער איר קען שפאצירן מיטן רבש"ע און גן עדן איז ער מוותר אויף דעם ווייל בן ישי איז בראש? דער תירוץ איז "לא בעינא" מיינט נישט איך וויל נישט "לא בעינא" מיינט איך קען נישט. ודפח"ח
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2005 19:18 |
|
| |
נישטא אזא מושג און דין תורה אנארישע זאך, און מברר זיין צו מקען אראפ נעמען אעיקול מאכט מען אויך אין אבי"ד בהסכמה נישט מיט אהחלטה פון אאנדערע בי"ד וואס האט נישט קיין סמכות.
ס'קען טאקע זיין אז רמ"ד איז נישט געווען רעכט צו גיין און ערכאות, אבער ס'איז אבאקאנטע זאך אז אעיקול פון געריכט הייס נישט ערכאות.
אבער איך וויל נישט אריין גיין אין דעם, ווייל איך מיין אז טאמער דער ר' גרויבער מאכט דאס בשיטה אזוי ווי איינער האט דא געשריבן, איז ער אפשוטער מחוצף.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2005 19:34 |
|
| |
sim89
די קענסט נישט זיין צופרידען ווען די שטיק שפילן דיר גוט, און שרייען ווען עס שפילט קעגען דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2005 19:41 |
|
| |
זאב
איך מיין אז די מאכסט א שטיקל טשולענט צווישען הלכה מיט שטיק.
וואס מען מעג, מעג מען, וואס מען טאר נישט, טאר נישט נישט.
נאר די צרה איז אז די וואס אסרן דעם עירוב מאכען דעם זעלבער טשולענט ווי דו, און פארלאזען זיך אויף די עמהארצים אז זיי פארשטייען נישט קיין חילוק, און אזוי מאכען ר' ידול גרובער'ס מיט ר' הלל וויינבערגער'ס א לעבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2005 20:37 |
|
| |
ר' יודל
איר קענט איינער וואס איז א דורך א הלכה'דיגען דין תורה? איך קען מער פון איינעם, ווען איר וואלט מיט געלעבט וואס בוררים\טוענים טוהן היינט וואלט איר אנדערש גערעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2005 20:41 |
|
| |
זאב
פון מיינע תגובות דא, און חדשות נו יארק ביי די סאטמארער קעיס וואלסטו געדארפט פארשטיין אז יא איך לעב מיט זיי.
הבנת?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2005 22:26 |
|
| |
sim89
ווי איז באנקאט אז א עיקול הייסט נישט ערכאות??
צייג אן!!
אין די תורה שטייט אז מען דארף גיין צי דין תורה
א עיקול איז מותר ""נאר""ברשות בי"ד אין רמ"ד האט דאס נישט ווייל זיין ערשטע טריט איז געווען קארט
לענ"ד איז עס א גרויסע בושה
אפילו ר'משה פיינשטיין אין זיין תשובה וואס אויף דעם באציען זיי זיך שרייבט אויך נאר אז אויב מען איז געגאנגען אין קארט נאר פאר א עיקול פאלירט מען נישט די רעכט פין דין תורה אין בי"ד איז נאך אלץ נזקקין לו,
אבער ער איז נישט מתיר וואס די תורה אסר'ט אז מען מעג גיין אין קארט
אין די תירה שטייט אז א אידיש קינד גייט צי דין תורה!!! אין בי"ד קען געבן רשות צי גיין אין קארט מאכן א עיקול
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 00:19 |
|
| |
sim
א באבובער האט מיר געזאגט אז זיי האבען היתר ביי ווינער רב אין לעדל.
נישט אויף ערכאות וואס דאס איז אסור לכולי עלמה אפילו מיט א היתר פון ווינער רב'ס לעדל, נאר אויף א עיקול ווי מען מעג גיין נעמען און א היתר בית דין.
GETME
קשוט עצמך תחילה,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 01:14 |
|
| |
על שלשה דברים העולם עומד:
על געלט
על כסף
ועל ממון
די פרייז פאר נשיאות כולל חיבת ירושלים וואס די באבובער קהילה (48) האט געצאלט איז:
000,000,?
(המספר שמור במערכת)
יתכן אז אין א יאר ארום ווען עס וועט זיך ארויסשטעלן פאר די הנהלת הכולל אז עס קומט אריין ווייניגער ווי געווענליך פון די פושקעס, וועלן זיי זיך איבערקלערן און אויפנעמען אויך רמ"ד פאר נשיא.
(עיין שומרי החומות ודו"ק)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 02:18 |
|
| |
תפסת מרובה לא תפסת!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איזה רוח יש לכולל חיבת ירושלים להיכנס למחלוקת?????
זה היה מקום נקי
מעל כולם ומעל כל מחלוקת, אני משער שזה תחילת ספו של כולל חיבת ירושלים
אולי השנה הם יעשו קצת כסף אבל עכשו יש ליוצאי גליציא שמטבעם אינם בזבזנים (לשון מעט), סיבה לא לנדוב יותר ,
ולחסידי ר' בן ציון שליט"א מה היה הרעש לרוץ לנשיאות
איזה טעם יש לנשיא עם עיקול אפילו שכבר ירד,
זה מלמד שרוח לשעה הוא הפסד לדורות!!!!!!!.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 02:41 |
|
| |
לדעתי הנהלת הכולל מעלה בשלחותה
לפני הידיעה שמינו את ר' בן ציון שליט"א כתבתי, כדלהלן
13/5/2005
כחסיד של ר' כ"ק אדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א אני בדעה שהנשיאות מגיעה לו בלבד,
אבל מכיון שכאן מדובר בתמיכה כלכלית של אנשי אר"י הרי כל בר דעת יבין שבמצב של היום הם יכתירו רק אדמו"ר אחד לנשיא הרי חסידי האדמו"ר השני יפסקו התמיכה בכולל, כיון שכך איני רואה ברירה אלא או להכתיר את שניהם, או לא להכתיר אף אחד,
בכל אופן במציאות העכשיות מהכתרה של אחד יפסדו עניי אר"י
אלקא דמאיר ענני,
15/5/2005
מכתב פתוח למנהל הכולל
ר' בעריש רובין שליט"א מנהל הכולל,
זכור האחריות שעל כתפך היא לא מי יהיה הנשיא, אלא איך הנשיא יגביר ההכנסות, ידידי אוהבי על תעשה שום צעד שיקלקל את זה.
ידידך אוהבך, הרואה איזה כוח אתה מכניס במוסד
הגל
16/5/2005
אמא שלי היתה אומרת
אל תשמע בקולי,
ואז תגלה שיעצת לך טוב,
חסיד של ר' בן ציון שליט"א אף אחד לא יעשה ע"י שיעשה נשיא גם יותר כסף לא יגיסו, מעובדת היותו נשיא,
עכשו אם ר' בן ציון לבדו יעשה נשיא הרי ברור שהנהלת הכולל לקחה צד בבמחלוקת ופגעו ברבנו, ואומרים לנו אין לכם יותר חלק ונחלה בכולל חיבת ירושלים,
וגם רבינו לא יכול למחול ע"כ כי מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול,
לדעתי או שני נשיאים או אף אחד
עבשו שכבר הכתירו, מה הלאה?????????????????????
נחיה ונראה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 02:53 |
|
| |
.גל עיני
לויט ווי איך בין זיך משער גייט די כולל אין א שטיק צייט ארום אויפנעמען רמ"ד אויך פאר נשיא אין יעדער וועט זיך איבערבעטן פשוט ווייל מענטשן פארגעסן אין מענטשן ווילן געבן פאר שומרי החומות
נאר רמ"ד האט געכאפט א געזינטן פראסק ווייל עס ווייזט אז די גאס האלט מיט רב"צ אין עס מאכט אים שטערקער אין זיין פאזציע
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 02:58 |
|
| |
געטמי, דאכט זיך מיר אז הנהלת חיבת ירושלים די באבובר חסידים צווישן זיי, זענען אנשי רב"צ וממילא איז נישט דא קיין שום הוכחה פון דעם צי וואס די גאס זאגט, ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז תאוות הנצחון האט פארנומען דעם פלאץ פון טראכטן טובת הכולל.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 02:59 |
|
| |
GETME
די גאס האלט מיט רב"צ?
און וועלעכע גאס וואוינסטו?
שעפסל
גראדע האב איך געהערט פארקערט אז רוב חברי הנהלת הכולל פון באבוב זענען ביי רמ"ד און וועגען דעם האט ער נישט באקומען קיין קאנסוס.
תוקן על ידי - עפשטיין - 20/05/2005 3:03:09
|
|
|
|
|