בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

כולל חבת ירושלים דריי נייע נשיאים היינט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/5/2005 04:31 לינק ישיר 

לויט ווי איך ווייס איז כולל שומרי החומות העכסט צופרידן פון זייער שריט. אבער קען זיין אז כ'האב א טעות.

אן אנדערע פראגע: וואו לייגט שומרי החומות מער עדס?

מיר דוכט זיך אז כ'זע מער עדס אין איד ווי אין בלאט.

קען זיין אז כ'האב א טעות. זאל מען מיך אויסבעסערן.

מען דארף זיין בלינד צו זאגן אז זיי האלטן אז זיי האבן געטאן א נארישן שריט. זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט רבי אהרן, נאר צוגעשטעלט רבי זלמן לייבן, וירא שמים יוצא ידי שניהם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 14:29 לינק ישיר 

מ'קען הערן די הכתרה פון רב"צ אויף 2129906644



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 15:54 לינק ישיר 

איך נעם נישט קיין צד אין די ... פון באבאוו און אויך נישט אין די בית-דין פון ר' יודל גרובער.

אבער איין זאך איז מיר זייער אינטערעסאנט, ווי איז דאס געהערט געווארען אז מ'מאכט אן עיקול פאר מ'הערט די אנדערע צד בכלל, ביי א נארמאלע בית-דין שיקט מען אן הזמנה צום דין-תורה און אויב מ'ערשיינט נישט מאכט מען אן עיקול, אדער נאכ'ן הערען ביידע צדדים איז מען מחליט צו ס'האט א טעם צו מאכען אן עיקול???!!!

און אזא פנים האט היינט די כח פון אן עיקול...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 16:23 לינק ישיר 

כורמיזא די האסט א גרויסן טעות, ס'איז דא צוויי סארטין עיקול, די עיקול וואס דו רעדסט איז למשל אז איינער האט נישט באצאלט א חוב און ממאכט א עיקול איינצימאנין דעם חוב.

די עיקול וואס ס'רעד זיך דא, איז א אפהאלט פון ווייטער גיין, למשל אז איך האלט אז דו האסט ביי מיר געגאנבט עפעס, און אז איך וועל דיך יעצט נישט אפהאלטן פון האנדלין מיט די סחורה וואס לדעתי איז געגאנבט וועט נישט בלייבן אויף וואס זיך צו דינגען, אדער די טענות ווערין נשתנה, בעט מען פון בית דין זאל דיר אסר'ן צו רירן די סחורה ביז מ'איז מברר ווער איז דער אמת'ר בעל הבית פון די סחורה, און לויט דעם נעמט מען אראפ דעם עיקול.

איך האף אז איך בין געוועהן גענוג קלאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 16:45 לינק ישיר 

אבער לאמיר נישט פארגעסן אז די עיקול איז געמאכט געווארן מיטוואך, אין די רב איז שוין געווען נשיא זייט מאנטיג. מיטוואך נאכט איז סך הכל געווען די פובליק הכתרה, די בריוו וואס מען האט פארגלעיינט פון די יו"ר הכולל פון ארה"ק איז דעיטעד אויף די פארגאנגענעם מאנטיג, ממילא איז די עיקול נישטא אויף וואס צו חל זיין. וויל די עיקול קען גארנישט עוקר זיין א זאך למפרע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2005 16:51 לינק ישיר 

איך האב זיך נישט מתייחס געוועהן ספיציפש צו דעם עיקול נאר גיענטפערט פאר כורמיזא אויף זיין טעות פון צוזאם מישן צוויי אנדערע סארט זאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 18:13 לינק ישיר 

שעפסל. אפשר קענסטו מיר צוצייכענען צו עפעס א מקור צו דאס וואס דו זאגסט.

איך ווייס אז ביי עדה החרדית קען מען בעטען אן עיקול אויף וועם עס לאזט זיך נאך פאר מ'הערט די צווייטע צד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 18:21 לינק ישיר 

ריכטיג ווייל דער עיקול מיינט אפהאלטן יענעם פון ממשיך זיין ביז ער קומט צו דין תורה, מנעמט גארנישט צו פין דעם מענטש ביז דין תורה, מ'האלט עם נאר אפ פון ממשיך זיין פון די זאך וואס ער האלט און דערמיט.

וואס פונקטליך איז דיין פראבלעם מיט דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 19:57 לינק ישיר 

כורמיזא

עס איז בפירוש נישט אמת וואס די זאגסט, א עיקול איז בפירוש וואס מען מאכט דווקא פאר מען גייט צו דין תורה במעמד צד אחד.

אמת אז אין עדה החרדית מאכט מען א עיקול נאר ביי א ישיבת בית דין, ווייל זיי האבען יעדן טאג א ישיבת בית דין, ממילא האט דער צד השני צייט צו קומען זאגען זיין דעה,

אבער ביי יעדער בית דין אין אר"י אין אויף דער וועלט מאכט מען א עיקול אויב יענער האט א הלכדיגער טענה, פארשטייט זיך אז יעדער קען גלייך גיין צו דעם בית דין אין מייצג זיין דעם צד השני און אראפ נעמען דעם עיקול אויב עס איז געווען בעורמה, אבער א צווייטער בית דין קען נישט מבטל זיין במעמד צד אחד..

אבער באמת מיינט דאס א עיקול, אז דער צד השני זאל נישט קענען תופס זיין ביז ער קומט צו בית דין.


יוסעלע
במחילת כבוד תורתך הרמה, הייסט א מינוי ווען מען גיט איינעם א כתב מינוי, נישט ווען אפאר מענטשען זיצען אין א ביעסמענט אין זענען מחליט אז מען גייט יענען אויפנעמען,

עס איז נישט דא וואס צו רעדן אז חיבת ירושלים זענען דא געווען שוגגים ווייל זיי קענען נישט ר' יודל גרובער, זיי ווייסען נישט אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי א צווייטער בית דין זאל קענען מבטל זין א עיקול און א ישיבת בית דין.

תוקן על ידי - YEEDLE - 23/05/2005 20:00:21



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2005 20:23 לינק ישיר 

לאמיר נישט פארגסען, דער עיקר

וואס פאר א טעם האט א נשיא מיט א עיקול וואס איז ארופ גנעמען וויל סי איז גיקומען א טאג שפיט A DAY LATE:)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2005 20:42 לינק ישיר 

דער כתב מינוי האט דער רב מסתמא באקומען דינסטיג, מיטוואך האט מען עס נאר פארגעליינט.

גל עיני
לשיטתך וואס האט מען געדארפט צוטין נאכדעם וואס מען האט באקומען די עיקול, צוריק ציען די התמנות? נישטא וואס צורעדן אז די הכתרה מיטוואך נאכט האט נישט קיין שום הלכה'דיקן תוקף ס'איז נישט מער ווי אזא מסיבת לחיים לכבוד'ן הכתרה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2005 04:13 לינק ישיר 

מה קרה בין ר' אביש ברוד לרבינו מבאבוב שליטא

בשבוע האחרון כולל חיבת ירושלים על גלגלים, ישיבות בלי סוף לגבי הטעות של הכתרת ר' בן ציון שליט"א לנשיא חיבת ירושלים, לפני הד"ת באבוב,

למעשה היום נודע ש"ר' אביש ברוד שליט"א" מסטשעין לקח על עצמו שהוא ולא אחר החליט כך והוא עומד מתחת ההחלטה הזאת,

אני אישית חושד שר' אביש שנקרא אדם חשוב ונוח לבריות הוא כחומר ביד היוצר בידי ר' בעריש רובין שליט"א שביקש ממנו שבגלל שר' אביש אינו חסיד באבוב שהוא יקח את האחריות על עצמו, וע"י זה ר' בעריש רובין יכל לומר היום לשליחי רבינו שליט"א שהוא רוצה בכל מאודו להביא שלום רק ר' אביש ברוד לא מסכים,


ר' אביש אל תתן לר' בעריש לשחק אם שמך הטוב



ר' אביש אל תתן לר' בעריש לשחק אם שמך הטוב



ר' אביש אל תתן לר' בעריש לשחק אם שמך הטוב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 04:14 לינק ישיר 

האם מישהו מכיר אישית את ר' אביש ברוד שליט"א, האם הוא בעל מחלוקת? או שהוא קרבן תמים?????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 04:15 לינק ישיר 

שלמה חיים כותב


גל עיני

לויט ווי איך קען דעם ר' אביש אין לויט ווי די לייגסט אים דא אראפ ליינט ער נישט קיין היידפארק ממילא אז די ווילסט רעדן צי אים זיך אויף זיין טעלפאון אין אדרעס אין א "יעלא פעישעס" אין רוף אים אן אדער שיק אים א בריוו, פארשטאטנענן?

אזוי אויך שרייב ווי א נערמאלע מענטש נישט יעדע פזמון דריי מאל ווייל עס העלפט נישט, מען פארשטייט עס אזוי אויך נישט,
ווען די שרייבסט ווי א נערמאלע מענטש פארשטייט מען נאך איינמאל אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 04:16 לינק ישיר 

JID כותב

שוין, דער גל האט שוין א מערכה מיט ר' אביש בראדט אויך.... who's next?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > כולל חבת ירושלים דריי נייע נשיאים היינט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.