דערווייל. ווארט נאר נאך די 120 פין יארמע רב וועלין זיך די קינדער ראסען אויף די מוסדות..
נשלח ב-15/11/2005 16:23
wassa_diff
איך זעה אז נישט נאר איז דא מחלוקת אין קרעטשניף, נאר דו האסט שוין גענומען א צד דערין... ביי איינעם שרייבסטו ר' און ביי איינעם נישט...
נשלח ב-15/11/2005 17:41
KJfireman
ס'נישט מיין ווארט, שמעתי מפי יארמער רב שליט"א
נשלח ב-15/11/2005 17:47
גראף
איך זעה אז דו זעהסט
נשלח ב-15/11/2005 18:01
איך האב נישט געוואלט דא אריינרעדן אין דעם אשכול, א אשכול וואס פראוואצירט אויפצוברענגען אלע מיני מחלוקת. אבער איך האב באקומען א כאילו-ספעציעלע איינלאדונג פון אונזער קאמעראד "צבי".
צבי, דו האלטסט אין איבערקייען די זעלבע חכמה זיבעצן מאל, איזש לאמיך דיר אויך געבן צו פארדינען.
ריכטיג אין חב"ד קריגט מען זיך נישט ווייל דער רבי לעבט.
אבער אויף דעם גופא איז דא גאר אן ערנסטע מחלוקת, צי דער רבי לעבט יא צי דער רבי לעבט טאקע נישט. פיל קלעפ און איבערקערענישן איז שוין אויף דעם געגאנגען, יעדע הסבר אויף דעם איז איבעריג.
אבער וואס איז מאדנע ביז גאר, אז קיינער געדענקט שוין נישט דעם וועלט בארימטע מחלוקת וואס דער רבי נשיא דורנו האט געהאט מיט זיין שוואגער הרב גורארי, וועגן ירושה און געלט סכסוכים.
בדרך אגב איז דאס געווען די ערשטע רבי'שע מחלוקת וואס איז געגאנגען בריש גלי אין ערכאות אן פראבלעמען. און ווען חב"ד האט געווינען האט מען פארפאסט דעם וואויל באקאנטן ניגון: דידן נצח!
נשלח ב-15/11/2005 19:03
בן מלך:
עם הארץ איינער
1) ס'איז געווען זיין פלומעניק
2) איך האב דיר איינגעלאדענט?
3) ס'איז געווען ווייט פון די ערשטער מחלוקת
4) מ'האט זיך נישט געשלאגען וועגן רביסטיווע
פליז ענטפער מיר נישט און מאך דאס נישט קיין שמועס פון די אמאליגע פאליטיק
נשלח ב-15/11/2005 19:07
בןמלך
שקויעך פאר פארקריכן פון ענין, סהאט שוין געשריבן איינער פון די חכמי הפארום, אז דער סימן ביי אונז אין קרעמעל ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן איז: טוישן דעם נושא, בערך אזוי ווי בלייבן מיט די צונג אינדרויסן.