אסאך מאל קומט אויס פאר אחינו בני ישראל צו פארען אויף די באן אדער די שטאטישע באס, אדער עראפלאן, און עס איז נישט דא קיין פלאץ צו זיצען נאר לעבען אן אשה.
וואס איז די הלכה?
מעג מען?
איז עס אסור?
יהרג ואל יעבור?
מדת חסידות?
מיט מיין גרויסע גאונות - - קען איך נישט אנטאפען די שאלה, און אויסרעכענען וואס דאס איז.
בעט איך דעריבער אלע גאוני היידפארק שליט"א, זאלען אריין ווארפען זייער צוויי סענט, און שרייבען וואס זיי ווייסען און האבען געהערט פין ת"ח אין דעם ענין. ביטע שרייבען וואס מער מקורות מען געדענקט, עס העלפט צו להשלמת הענין.
נשלח ב-24/5/2005 06:19
הלכה וועל איך דאסמאל לאזען יוחי718 רעדען קודם,
אבער פראקטיש פאר א חאניאק און אזא מצב......... געדענקסטו די מעשה מיט די פאפא (ב"פ) רבי?
בהוקרה,
דזשיד
נשלח ב-24/5/2005 07:50
JID
וואס פארגלייכסטו א באן צו אן עראפלאן?
נשלח ב-24/5/2005 12:07
ז'יד
שכויח פאר דיין הערצה
ווער עס וויל מקורות ... וועל איך ווייזען ...
אבער קודם וואס איך געדענק אויסענווייניג
עס איז נאר אסור צו זיצען נעבען אן אשה אין שוהל, נקודה!
איסור נגיעה פון א פרעמדע איז 'נאר' בדרך חיבה. דהיינו אויב איהר זענט א דאקטאר אפילו אויב איהר פארקויפט ברילען מעגט איהר על פי הלכה טוהן אייער ארבעט כרגיל.
נגיעה בכל אופן איז נאר ביי אשתו נדה דארט האבען די חכמים גוזר געוועהן מער הארב.. עיין יו"ד קצה ובש"ך שם ..
hand shaking איז אסור ווייל רוב פוסקים האלטען אז עס איז א 'דרך חיבה' וואס איז אסור
אבער דער 'בן איש חי' איז מתיר פאר נשים צו קושען די האנט פון 'חכמים' ווייל דאס איז נישט בדרך 'חיבה' נאר כבוד חכמים (ספר 'עוד יוסף חי' פ' תרומה) דאך זאגט ער אז געבען די -האנט צו האנט- איז דרך חיבה און דאס איז דאך אסור. (GO FIGURE)
א פשוט'ע הלכה אין שו"ע אז וועהם עס קומט אהן הרהורים (ומי יאמר זכיתי לבי) מיז אנטלויפען פון יעדע חשש הרהור 'סחור סחור לכרמא אמרינן לנזירא' פאר דעם שטייט אין שו"ע אה"ע מאוד מאוד צריך להתרחק מהנשים.
ר' משה פיינשטיין פסק'נט אז לפי הלכה מעג מען זיצען אפילו 'ענג' נעבען נשים אויפן סאבוויי ווייל עס איז נישט נגיעה בדרך חיבה.
אפילו גייען אויפען ביטש איז מותר -לפי דעתו- צום געזונט.
פארשטייט זיך אז ער איז נאר מתיר פאר דעם וואס ווייסט אין זיין הארץ שלא יבא לידי הרהור.
א סאך היימישע רבנים זענען געוועהן אין כעס אויף איהם פאר מתיר זיין א זאך וואס רוב מענטשען קענען נישט זאגען זכיתי לבי ... אבער ר' משה האט נאר געזאגט קלארע פשוט'ע הלכה קיינער האט איהם נישט אופגעווענט מטעם הלכה.
לאז זיין איך האב געמאכט א גרייז וועגען סאטמארע פאליטיק, ציונות איז אויך א סאטמארע זאך, און ווי די שטייסט זיכסט די אריין צו קאטענען דיינע זאכען וועגען סאטמאר, אז נישט ארי זאלי איז עס ציונות.
און דאס אז די היסטאריע איז אייביג ביי די זייט פין ערליכע אידען, ווייס איך אינגאנצען נישט וואס די מיינסט, לו יהא אז ערליכע אידען זענען אייביג מצליח, חוץ ווען מען הרג'ט זיי, און מען פייניגט זיי, און מען שינדט זיי די הויט פאר די לעצטע צוויי טויזענעט יאר, אבער עכ"ז זענען זיי סוף כל סוף מצליח, לאז זיין, איז פארדעם?
האסט פארגעסען דיין סאטמערע פזמון? מען דארף געדענקען אז מען איז אין גלות!
נשלח ב-25/5/2005 07:28
איך מוז דיר ווידער אמאל קאנגראטולירן פארן באשטעטיגן מיינע ווערטער, אז דו ביזט נישט ONE RACK MINDED.
נשלח ב-25/5/2005 16:49
רעדסט אין גאנצען נישט צו דער זאך, גיי דיך אין דיין רוה אריין.
נשלח ב-25/5/2005 17:35
מקוהאיד
ווי האסטו גענומען דעם חילוק צווישן די נשים?
לשיטתך מוז מען זיי גוט אנקוקען קודם...
איסור יחוד גייט אהן מיט אפרוי פון 90 יאהר,
נגיעה דורך אבגד איז משום לא תקרבו, אין נאר ווען סאיז דרך חיבה.
פארוואס אידן שטעלען זיך אויף? סאיז פשוט נישט איינגענעם.
מדארף זיך היטן די אויגן אגאנצן וועג, אבער צוליעב דעהם דארף מען נישט מאכן שטינק וואס קריכט אריין אין חילול השם.
איך האב אמאהל בייגעוואינט א סצענע אין איין עראפלאן ווי אפאהר ירושאלמע אידענעס! האבן זיך נישט געוואלט זעצען נעבן א מאן א גוי. נישט קוקענדיגהייט האב איך באמערקט אז זיי זענען אריין אין די היתר'דיגע קלאסיפיקאציע פון ר' מקוה איד.
זיי האבן אוודאי געלייגט ר"ת תפילין אויך... ווער ווייסט?
נשלח ב-25/5/2005 21:38
אין ביזנעס איז זייער שווער נישט איבערצוגעבן אדער איבערנעמען פון א פרוי וואס ארבעט.
עס איז טאקע דא דער איסור פון "יד ליד לא ינקה" אבער לויט ווי עס איז משמע אין די גמרא און די פוסקים איז דער איסור נאר אויב מ'האט אינזין כדי להסתכל.
די גמרא אין מסכת כלה זאגט:
אז איבערגעבן פאר א פרוי אין די הענט איז אסור (מדינא) נאר אויב ער האט אינזין בביל שיתסכל בה.
המרצה מעות לאשה מידו לידה או מידה לידו בשביל שיסתכל בה אפילו גדול כמשה רבינו שקבל תורה מסיני לא ינקה מדינה של גיהנם שנא' יד ליד לא ינקה רע
די זעלבע זאך שטייט אין מסכת ברכות דאף ס"א ע"א מיט דעם לשון
תנו רבנן המרצה מעות לאשה מידו לידה כדי להסתכל בה אפילו יש בידו תורה ומעשים טובים כמשה רבינו לא ינקה מדינה של גיהנם שנאמר יד ליד לא ינקה רע לא ינקה מדינה של גיהנם
נשלח ב-27/5/2005 07:50
באקומען אין אישית פין אונגארישער
די ערשטע תגובה איז צום סוף, אויף דעם האב אני הקטן געשריבען אינדערמיט, האט ער מיך צוריק גענטפערט וואס שטייט אין התחלה (ווערט נישט צומישט)
כ'האב געמיינט וועסט זיכער כאפן די באקאנטע גמרא:
והלא דברים קל וחומר ומה לעתיד לבא שעוסקין בהספד ואין יצר הרע שולט בהם אמרה תורה אנשים לבד ונשים לבד עכשיו שעסוקין בשמחה ויצר הרע שולט בהם על אחת כמה וכמה
פון די גמרא און טור קומט אויס פשוט, אז זיצן נאהנט צו א אשה, א גויטע, וואס רוב מאל שמעקט זי פון בשמים, איז דא מקומות מגולים, און מה דאך אחורי אשה און ווען זיי זענען עומדות על הכביסה איז אסור, זיצן נעבן איהר איז כמעט לא ימלט פאר א איד (וואס איז נישט רגיל בנשים ווי א גוי) ער זאל נישט נכשל ווערן בהרהור און נגיעה, כ'ווייס נישט אויב עס נישט א איסור מן התורה
וועגן נגיעה ביד האשה עיין שערי תשובה שער שלישי אות פ' (כידוע דארט איז דא הלכות):
איש איש אל כל שאר בשרו לא תקרבו (ויקרא יח, ו). כל קירוב בשר אסור, כגון הנגיעה בידי אשת איש, ופרוש "לגלות ערוה" - כי הקריבה מביאה לידי ערוה. וכי תאמר בלבבך: איפה נמצא בכתוב כי גדרה התורה גדר, כי תאמר אשר אסרו מגע יד ליד להיות גדר לעברה? נשיבך דבר: הנה במצות הנזיר, אשר עקר נזירותו פן ישתה וישכח מחוקק או יתעהו רוח זנונים, אוסרתו התורה (במדבר ו, ד):
מכל אשר יעשה מגפן היין, וכל זה לגדר הרחקה ממשתה היין.
וז"ל רבינו הטור באבן העזר סימן כ"א:
צריך אדם להתרחק מן הנשים מאד מא ד ואסור לו לקרוץ בידיו וברגליו ולרמוז בעיניו לאחת מן העריות ואסור לשחוק עמה או להקל ראשו כנגדה או להביט ביופיה ואפילו להריח בבשמים שעליה אסור ואסור להסתכל בנשים שעומדות על הכביסה ואסור להסתגל אפילו בבגדי צבעונין של אשה שהוא מכירה אפילו אינן עליה שמא יבא להרהר בה פגע באשה בשוק אסור להלך אחריה אלא רץ ומסלקה לצדדין או לאחריו
אזוי פירט זיך אן ערליכער איד
נשלח ב-27/5/2005 07:56
לויט ווי עס זעהט אויס, איז נישט דא קיין איסור צו זיצען לעבען א פרוי. אבער, אויב א מענטש פילט אז עס שטערט אים, און ער פילט אן הרגשה צוליב דעם וואס א פרוי זיצט דארט, האט ער חיוב ממדת חסידות, אדער אפילו מצד הדין, זיך אויף צו הייבען און זיך אוועק ריקען.
אויב אבער ער איז גארנישט מרגיש, איז ממדת חסידות קען זיין אן ענין זיך נישט אוועק צו זעצען, אלץ דעם ענין פין מאוד מאוד צריך להתרחק, אבער, ווי מען פארשטייט, דער עיקר פין מאוד מאוד צריך להתרחק מיינט אין אפיסעס וכדומה, אויף די טרעין, געווענטליך רעדט מען פין מענטשען וואס בעוה"ר זענען גס מיט נשים צו א געוויסע בחינה, ווייל זיי דרייען זיך דאך יא אין מאנהעטען צו ווי אימער, ממילא איז דאס א דבר התלוי בלב.
למעשה האט מיך א צווייטע געשריבען אז ער האט שוין געזעהן גאר ערליכע אידען זיצען לעבען נשים מיט די אויגען פארמאכט, א גאנצע צייט אויף די טרעין, זיי מאכען נישט אויף די אויגען אפילו צו קוקען זעהן ווער עס זעצט זיך אוועק, אויף דעם אופן איז זיכער רייטזאם, אבער מי יעמוד, עס איז דאך שווער צו זיצען מיט עינים עצומות, אשרי מי שקיים זה.