בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בקרוב בארה"ב סלפונס מהדרין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2005 08:49 לינק ישיר 
בקרוב בארה"ב סלפונס מהדרין

איך האב שבת געזען אין בית מדרש א צעטל אז בקרוב גייט
זיין כשרע סלפאונס
ווייסט איינער מער וועגען דעם ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 08:55 לינק ישיר 


געוואלד


ביז היינט האב איך תמימות'דיג געמיינט אז די פרצה פון טמנ'ע סעלפאנס איז נאר דא צוליב די רשעות פון די ציונים,

אבער יעצט הערט מען שוין גאר עפעס אנדערש, קען אפשר איינער דא מסביר זיין וואס דאס איז א "טמא'נער" סעלפאן?????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 09:50 לינק ישיר 

א סעלפאן קען נאר װערן טמא אויב דער בעל הבית דערפון איז עס מטמא. פונקט װי אנדערע חפצים, א קאר קען אויך װערן טמא װען מען פארט דערמיט אויף נישט כשרע פלעצער.

עס װאלט געװען א שיינע זאך װען די פירערס פון כלל ישראל װאלטן ארײנגעלײט די כוחות אין אריינציברענגן יראת שמים און יראת חטא אין די בעלי בתים פון די סעלפאנס אנשטאט זיין נאר ביזי מיט מאכן אזעלעכע כשרע סעלפאנס װאס דרײ פערטל עולם װעט ממילא נישט קויפן אדער ניצן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 09:57 לינק ישיר 

ביי וועמען אריינברענגען די כוחות?
זיי אלע זוכן דאך די עצת בלעם. מיט וועמען קענסט רעדן דארט אויף יראת שמים?
די איינציגע עצה איז כשרע סעלפאנס, אבער נאר טאמער מ'פירט דאס אהן פאליטיק מיט אלע קרייזן און שיכטן.
דער בעל דבר האט זיך אריינגעלייגט און דעם, אוין אין אר"י איז דאס געווארן א' מאוסן פאליטיק, און חבל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2005 18:21 לינק ישיר 


סים

און דער וואס זיכט עצת בלעם (כלשונך), איז דען בכלל אינטרסירט אין דיין כשר'ע סעלפאן?

און אויף איהם זארגסט די דיך? I guarantee you ער וועט אנקומען פונקטליך ווי "ער" וויל מיט אדער אהן א סעלפאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 18:32 לינק ישיר 

איך זעה אז דו ביסט נישט אינטרעסינט אין "מיין" כשרע סעלפון.
איך וועל דיר מגלה סוד, אז ס'איז נישט מיינ'ס, ס'איז מחוייב המציאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2005 18:44 לינק ישיר 

וואס איז א כשר'ע סאלפאון?

עס גייט האבן JNET אפשר? הייסט מ'וועט נישט קענען עפענען די אטעטשמענטס [מצורפי קובץ] אויף היידפארק, אויוויי!

דאס קען מען נאר האבן מיט ווערייזאן, ריכטיג?

תוקן על ידי - geferlich - 29/05/2005 18:48:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 22:13 לינק ישיר 

די סעלפאנס איז זייער שעדליך דאס איז כולי עלמא מודי אבער אז איינער וויל אנקומען צי שמוץ קען ער אויך אנקומען אן די סעלפאן,
און די מערכה דא איז שוין אויך מיט פאליטיק אזוי אז עס וועט סייוי נישט העלפען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 22:57 לינק ישיר 

די צרה איז אז אין ארץ ישראל האט יעדער בחור'ל א סעלפאן.

מיט סעלפאנ'ס אין ארץ ישראלק קען מען קומען סאך ווייטער ווי אין אמעריקע.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2005 03:07 לינק ישיר 

די מהדרין סעלפאן וועט האבען א פראגראם אז טאמער וועט איינער זאגען א מיאוס ווארט ווי למשל די עפ ווארט, אדער די עס ווארט, וועט זיך די קאל תיכף ומיד אנהאקען.

דאס איז זייער וויכטיג ווייל אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, און בטעות כאפט מען זיך ארויס מיט אזעלכע שעדליכע ווערטער. איז פארדעם א גאר גוטע עצה אז מען זאל נישט קענען בכלל אריין זאגען אזעלכע ווערטער אין סעלפאן.

די אמת איז אז אין א"י איז אנדרעש די סעלפאן ווי דא. דארט קען מען קוקען אויף ווידיאס אויף'ן סעלפאן, און בכלל עס ארבעט אנדרעש, אזוי אז עס איז טאקע א שמוציגע כלי דארט. דאהי, איז ב"ה די סעלפאן נישט דא די נסיונות וואס איז דא אין א"י (אפשר בין איך הינטערשטעליג?), ממילא איז די "מהדרין" סעלפאן לגמרי איבריג, דערווייל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2005 03:29 לינק ישיר 

ריכטיג

דא איז דאך א סעלפאן דערווייל א טעלעפאן, אין נישט קיין פראבלעם, אין ארץ ישראל איז עס אלעס חוץ פון א טעלעפאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 03:10 לינק ישיר 

דאהי איז עס ליידער שוין אויך גאנץ פארגעשריטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 03:15 לינק ישיר 

איר זענט גערעכט.

מען דארף ווארטן ווילאנג עס זענען שוין אוועקגעפאלן נאך אפאר הונדערט בחורים און מיידלעך, ערשט דערנאך זאל מען אנפאנגען צו ארבעטן דערויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 03:36 לינק ישיר 

דער פאקט ליידער איז אז גאר אסך בחורים האבן היינט סלפון'ס, און אויך לעצטענס זעהט מען דאס ביי מיידלעך [וואס גייען ארבייטן] און קענען טוהן דערמיט כל מה שלבם חפץ

דער פאקט ליידער איז אז כמעט אלע סלפון'ס קומען היינט מיט אינטערנעט, מיט אימעיל, און מיט א קוועטש אויפן קנעפל איז מען אין שאול תחתית

איך ווייס מעשיות פון סעלפון'ס, נישט פון קומפוטערס!!

אשרי ווער עס קען טוהן עפעס דערוועגן, עפעס וואס זאל אויפטוהן, נישט ווי די כמעט דורכגעפאלענע מערכה ווי קומפוטערס

הוי! מי יתן והי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 05:36 לינק ישיר 

דערווייל דאהי זעה איך נישט ווי אזוי מען קען זעהן אומווערדיגע זאכען אויף א סעלפאן, אפשר בין איך הינטערשטעליג, אבער איך מיין אז דא אין אמעריקא ווי דער עולם איז רייכער ווי אין א"י, לייגען די קאמפאניס נישט אריין אן עבודה אין די סעלפאן, ווייל רוב עולם האט סאווי קאמפיוטערס, משא"כ אין א"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 05:56 לינק ישיר 

בעפאר דו מאכסט הנחות, פרעג זיך בעסער נאך.

אלע וועלכע טוען אין די זאכן זענען באקאנט מיט שוידערליכע פאקטן אשר תסמר שערות אנוש.

און דאס וואס אין ארץ ישראל איז דאס שנעלער אנגעקומען, האט נישט מיט די דארטיגע ארימקייט.

אין גאנץ אייראפע איז דער סעלפאון אסאך מער אויפגעכאפט ווי אין אמעריקע.

כ'מיין אז די סיבה איז, ווייל די היגע רעגירונג איז אסאך שטרענגער מיט די געזעצן פון פריקווענסיס און וועיוו'ס (אין אייראפע איז פאראן קארדלעס פאון'ס וואס ארבעטן ביז פערציג מייל !, אבער דאהי איז דאס אומלעגאל), און דאס ערלויבט נישט פאר די סעלפאון קאמפאני'ס צו מאכן געהעריגע טאוער'ס וכדו' צו פארבעסערן די סערוויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בקרוב בארה"ב סלפונס מהדרין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext