| נשלח ב-31/5/2005 21:13 |
|
| |
יואלי גאלד ביים כותל
א גריס אייך פין ישראל. ווי באוויסט איז איבער די פארגאנגענע יארן געווארן מער אין מער נמצא דאס אז אנשי שלומינו גייען צו די מדינה אויף ל"ג בעומר. נו וואס איז שוין, מ'גייט צו ר' שמעון'ען אין מ'קומט צירוק; צום כותל? מן דכר שמיה.
איך לכשעצמי גייט דאס נישט אהן. אבי געזונט. עס איז דא גרעסערע פראבלעמן ביי אידן ווי פארלירן שלאף איבער שטיצן דאס וואס רבינו האט אינז אנגעוויזן.
געטראכט האב איך אבער אז די קהל הקודש דא וועט אוודאי הנאה האבן צו הערן אז נישט נאר איך, קוים איין עצוץ נקוב, האט אזא געדאנקן-גאנג, נאר אויך די וואס דרייען זיך לפני ולפנים.
פין קראנטע מקורות ווערט איבערגעגעבן אז דעם פארגאנגענעם שבת קודש איז יואלי גאלד, משמש בקודש אצל כבוד קדושת אדמו"ר שליט"א געוועהן ביים כותל. פאר די וואס ווייסן נישט פין וואס איך רעד, דאס איז דער כותל דערגעגן וואס די רבי האט געשטעלט דאס אידישקייט. דער כותל המערבי, שריד בית מקדשינו. (ממעג דערמאנען דער ווארט דא אין פורום?)
"האסט נישט מורא דא צו זיין?" האט איינער עם געפרעגט.
"פארדעם קים איך שבת," האט ער געענפערט מיט נישט-געווענדליכע חכמה, "מען זאל נישט האבן קיין פיקטשערס פין מיך ביים כותל."
איר מיינט אז ער האט זיך אנגעטון א הויכע ביבער-הוט ווען ער איז געגאנגן צום כותל? אפילו אויב יא, איז עס פארט נישט געוועהן חול המועד!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2005 21:19 |
|
| |
געבאקן נאך פסח תשס"ה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2005 21:30 |
|
| |
איר מיינט אז ער האט זיך אנגעטון א הויכע ביבער-הוט ווען ער איז געגאנגן צום כותל? אפילו אויב יא, איז עס פארט נישט געוועהן חול המועד!
קען איינער מסביר זיין די ווערטער דא, א מיסטערי!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2005 21:30 |
|
| |
קראנטע מקורות געבן איבער אז ער האט זיך נישט באגנוגענט מיטן קומען נאר ער האט אויך בשעט נפש און בפרהסיא אריינגעכאפט א דף היומי. שייגעץ ארויס!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2005 21:32 |
|
| |
מילא כותל,
אבער דף היומי וואלט ער געקענט גיין סיום הש"ס וואס איז כאילו ער וואלט געלערנט דף היומי ה"י..
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2005 21:40 |
|
| |
חברה, זייטס מברר פאר איר מאכט החלטות אין שפאט.
מיין האנט איבער מיין הארץ, דאס איז פין א גיטע מקור.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2005 22:51 |
|
| |
איך האב געהערט פון א סאטמארען איד, אז ער איז געווען ביים כותל דעם פארגאנגענעם פרייטאג צונאכט, און געטראפען דארטן א סאך היימישע סאטמארער.
ווי האט יענער געזאגט "די איינציגע לימוד זכות וואס איך האב אויף סאטמאר איז, אז זיי מיינען עס נישט ערענסט".
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2005 05:45 |
|
| |
פון קראנטע מקורות האב איך געהערט
אז ער איז צוגעגאנגען צום כותל אין געשפיגען
אין געשריגען פוי
דאך איז ער א סאטמערער
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2005 05:53 |
|
| |
ער איז געווען אויף שבת אין בני ברק אין נישט און ירושלים
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2005 05:58 |
|
| |
מיין האנט איבער מיין הארץ, דאס איז פין א גיטע מקור
ביי אונז פלעגט מען זאגן אין אזא פאל: חי פרעה
אדער: איך שווער דיר ביים בארד פון פויבסט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2005 09:59 |
|
| |
Kutchma, what right do you have to discuss someones private business? Shem zich. k
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2005 21:42 |
|
| |
דער פויפסט האט נישט קיין בארד!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2005 23:02 |
|
| |
האסט צוגעטראפן!!
טאקע אזויפיל ווערט האט קוטשמע'ס סטעיטמענט...
|
|
|
|
|