|
|
| נשלח ב-2/6/2005 18:56 |
|
| |
אינטערסאנט. אויב דער בעלזער מאכט שלום מיט די בעלי מחלוקת איז ער א שיינער איד,אויב נישט איז ער א ....
הער דיך איין, דער בעלזער איז היינט דער מנהיג הדור, דאס הייסט אז מיר לעבען אין שווערע צייטן מיט נייע פראבלעמען אין אונזערע גדולים פון אלע קרייזען ווייסען זיך נישט קיין עצה צו געבען, דער בעלזער איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט און איז ב"ה מצליח, און זייער א סאך קומען זיך שואל עצה זיין מיט אים און ער גיט אוועק א סאך צייט פאר דעם, אפילו די וואס קומען נישט צו אים קוקען אבער אויף זיין הנהגה און מאכען דאס נאך.
די וואס האסען עם נאך אלץ איז סתם ווייל דאס זיינען זיי, זיי זיינען נישט מודה על האמת.
אגב דאס וואס ער האט געטוען מיט סאטמאר איז געווען א טובה פאר די אידישע וועלט, אין אלע געניסען היינט פון דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 19:10 |
|
| |
לדעתי איז דער דער בעלזער רבי שליט"א א מנהיג כמעט א מושלם.
ער האט איין שוואכקייט!
ער וויל נאך געפעלן פאר סאטמאר.
איך קען די דאזיקע קרענק, איך האב אמאהל געליטן אויף דעהם שטארק.
דאס קומט פון לערנען אין סאקמארער חדר.
קיין רפואה אויף דעהם איז נישטא, מען קען עס אבער קאנטראלירן דורך טעראפי,
די פארשריבענע טעראפי'ס זענען
1) וואינען אין וויליאמסבורג - טייערע רפואה נישט געאייגנט פאר יעדן
2) הערען הרה"ג ר' מנשה פיליפ'ס טעיפס - בדוק ומנוסה
3) ליינען דעם איד רעגלמעסיג, לכה"פ ווען מקריגט איין אטאק
4) גליטשען אויף חדשות אנ"ש אדער חדשות אפסטעיט
איך וואלט רעקאמעדירט פאר די בעלזער חסידים זיי זאלן טרעפן אוועג צו טעראפיזירען(!) דעם רב שליט"א.
ער האט יעצט א שווערע אטאקע ל"ע. למען השם פארלאזט דאס נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 19:22 |
|
| |
באטשי
ליידער לעבען מיר אין א וועלט ווי רוב אידן וואס גייען שטריימלעך (נישט ספאדיקעס) ליינען די דריי אנטיסמיטישע צייטונגען ר"ת "אבן".
דער בעלזער איז זייער געטריי זיין עולם, ער טוט וואס עס איז אין זיינע כוחות אז דער עולם זאל האבען א גוט לעבען. אלע מיני שירותי ציבור פרנסה געזונט שלום בית וכו' וכו', ער וויל נישט געפעלען פאר סאטמאר בשום אופן, ער וויל נאר אז זיין עולם זאל נישט האבען קיין פראבלעמען אין די גאס און זיי זאלען זיין ארויפגעקוקט ווי מער. ודי לחכימא.
תוקן על ידי - זאב58 - 02/06/2005 19:31:14
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 19:33 |
|
| |
און איך זעה אז דער פארלירער איז אהרן, ער קען פשוט נישט אויספירן וואס ער וויל ביי אים אין סאטמער, קומט ער קיין בעלז מיינענדיג אז ער שטייט נאך עט ליעסט דארטן, אין די הויכע אטמאספערן, אבער לא מיני' ולא מקצתי' ער איז שוין א פארפאלענער ואין לו תקומה,,
מתחילה בין איך געווען אן אהרוני אין דעם פורום, אבער אזויווי די זאליס האבן דאך נעכטן געוואונען אן אהרונישן סטייל געוואונס, האב איך געטוישט פארטיי...איך וויל בלייבן מיט די געוואונערס....
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 19:45 |
|
| |
זאב און פארשטייט זעך נאך איינס פאר ידידנו ר' סים, פארן ארויסברענגען גאר א וויכטיגע נקודה, וואס לפי די תגובות פון די סאטמארע חברי הפורום, זעהט נישט אויס אז זיי זענען מסוגל קולט צו זיין.
די איינציגע פארלירער פון די דורכפאל אין די שלום שפיל צוווישען די עדה אין בעלז, איז די שיטה פון רבי'ן (ביי וועם דאס איז הייליג), און אודאי ביים היימישען ציבור (אלעס אויסער סאטמאר וומס"ב), ברענגט דאס נישט קיין גרויסע הערצה פארען עדה.
דורך אזעלכע מעשים טובים, ווערט נאר מער און מער געשטארקט די תחושות פין די היימישע נישט אומאפהענגיקע ציבור, אזויווי עס ווערט גוט ארויסגעברענגט מיט די פערל ווערטער וואס האט געלאזט הערען הרה"ג קארלסבורגער רב (קנאי "לשעבר"), קעגען הלל וויינבערגער'ס דברי חוצפה ועזות:
די קנאים זענען א סכנה פאר כלל ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:04 |
|
| |
לאמיר נאר צולייגן אז ר' יחזקאל ראטה'ס ווערטער אויף ר' הלל וויינבערגער "הלל רשע על תאוות נפשו" דערמאנט מיר זיחיער אהרן ט"ב דרשה אויף קאשוי'ער רב זצ"ל "עפרא לפומי'ה".
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:05 |
|
| |
לאמיר געדענקן וואס נאך ר' יחזקא' האט געזאגט:
איך ווייס נישט אויב עס קומט פון עבירות אבער פון תאוות קומט עס זיכער, כי הלל רשע על תאות נפשו, ע"כ.
יעצט שטעלט אייך פאר ווען עס שטייט ווען אין פסוק כי הלל רשע על עבירות נפשו, וואלט עס זיכער יא געקומען פון עבירות, נו דער פסוק מוז דאך שטימען...
ביי די וועי: מען קען גוט זען ר' יחזקא' מיט זיין גאנצן מהות אין אסך בילדער אין דער פלאס פון דעם חודש....
לויפטס און קויפטס וכל הקודם זכה....
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:09 |
|
| |
עס איז כדאי ארויפצולייגן די בריוו וואס איז געשיקט געווארן צו ר' יזקא' בנוגע דעם ענין, כ'אב עס אריינגעסקענט איך ווייס נאר נישט וויאזוי מ'לייגט עס אריין אין תגובה.
קען מיר איינער זאגן וויאזוי? הא באטשי טייערער?!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:11 |
|
| |
גיפערליך
עס איז אסך בעסער אז דו ווייסט נישט! בעסער אזוי...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:15 |
|
| |
גאנץ אינטערסאנט צו זען ווי געפערליך שמועסט זיך מיט געשמאק.
זעט אויס אז ער וויל שמועסן מיט א קלוגער איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:21 |
|
| |
געשמאקער
נישט געפערליך, אז די ווערסט א זאלי וועלען נאך אלץ די אהרונים געווינען געפערליך...................
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:24 |
|
| |
זאב
דעם בעלזער עולם וואס איך קען, איז נישט אינטערסירט אין די גאנצע פרשה, אדרבה ס'פארדריסט נאך ווי דער רב לויפט זיי נאך.
קו דעם מדרש אויף פרשת וישלח אויך דעם פסוק " עובר מחזיק באזני כלב מתעבר על ריב לו לא"
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 20:51 |
|
| |
ביי די וועי.
דער סאטמארער רב אליין האט א סאך מאל געזאגט אז די עקסטרעמע זיינען די גרעסטע סכנה.
ווער געדענקט די שפיגעל ברעכער. די שווארצע. היסטאריע.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 21:20 |
|
| |
ווען געפערליך אין געשמאקער זענען צוויי מענטשען וואלט איך געזאגט,
עס איז געפעהליך יא ארויף צו לייגען די בריוו, און געשמאקער נישט ארויף צו לייגען,
יעצט אבער, אז עס די זעלבע,
מוז מען זאגען,
מחציו ולמעלה געפערליך,
מחציו ולמטה געשמאק.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2005 21:22 |
|
| |
באראפארקער 
|
|
|
|
|