בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שלום בעלז מיט די עדה החרדית ???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2005 21:58 לינק ישיר 

זאב.

דו האסט געהערט די שטייענדיגע תורה דאס יאר ???

עס קוקט נישט אויס.

(און אפשר אפילו מער ווי בעטן...).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 22:02 לינק ישיר 

זיי מפרש וואס די מיינסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 22:18 לינק ישיר 

איך בין אין מיין לעבען נישט געווען ביי קיין שטייענדיקע תורה, און איך בין קיינמאל נישט געווען אין דעם גרויסען בעלזער בית המדרש אין ירושלים. איך בין א סאטמארער תלמיד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 22:22 לינק ישיר 

דאן קום נישט פארקויפן קיין לאקשן אז דער בעלזער סיסטעם האט געראטעוועט מער יונגעלייט.

אין בעלז - פונקט ווי איבעראל - ליידט מען צרות צרורות פון די אינטערנעט עפאכע, אקעגן וועמען די איינציגסטע לעזונג איז ביאת המשיח.

די איינציגע זאך וואס איז מער צוגעשטעלט אין בעלז איז סיסטעם, און פראפאגאנדע.

זיי זאגן אזויפיל מאל פאר זייער עולם אז "דא" איז בעסער, ביז ווען מען הייבט שוין אן צו גלייבן.

איך האב שוין געזען גענוג בילדער פון זייערע מסיבות, און באקומען גענוג באריכטן.

דארט איז בכלל נישט בעסער ווי ערגעץ אנדערש אין קיין שום אידישקייט נושא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 22:41 לינק ישיר 

קלאר אז בעלז האט היינט פון די שענסטע אינגעלייט אופן גאס.

ליידער ליידער די מערסטע צרות וואס זעט זיך און אויפן גאס זענען פירות פון סאטמאר אין ליובאוויטש, דער הסבר איז אז זיי זענען צו גרויס.

זאל דער אייבישטער שומר און מציל זיין אלע אידישע קינדער מרדת שחת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 22:48 לינק ישיר 

בלא בלא בלא.

וואס הייסט די שענסטע ???

זייערע הוטן ? פנימ'ער ? זאקן ?

מיט דעם ביזטו גערעכט, אז זייער אסאך ארויסגעפאלענע פירות וואס מען זעט קומען פון סאטמאר, אבער פונקט אזוי זעט מען זייער אסאך פון די שענסטע פירות אין סאטמאר !

די סיבה איז פשוט, סאטמאר איז די גרעסטע קהלה, במילא האבן זיי די מערסטע פון יעדע זאך.

דער חילוק איז נאר, אז "איסטרא בלגינא קיש קיש קריא".

און וואס מער "איסטרא'ס" אלס מער איז "קיש קיש קריא".

אהרן מרדכי האט פאריאר ביים באזוך ביים רב געזאגט (געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען), אז בעלז פארלירט מען שוין היינט קאנטראל, ווייל עס איז געווארן צו גרויס - ווי גרויס ?! "טויזנט משפחות" !

ער ווייסט נישט אז אין סאטמאר איז טויזנט משפחות א געלעכטער ???

דאס הייסט גרויס ? און שוין פארלירט ער קאנטראל ?

אין סאטמאר האט מען ב"ה נאכנישט פארלוירן קאנטראל, עס וועלן אבער אלעמאל זיין פירות וועלכע וועלן זיין אוממעגליך צו קאנטראלירן.

און דאס איז שוין דער דרך העולם 5,765 יאר, און וועט אנהאלטן ביז משיח'ס טאג !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 22:54 לינק ישיר 

זאלי

בייזער זיך נישט, איך באשולדיג נישט דיך.

איך רעד פון א מצב ליידער אין סאטמאר, וואס אפשר דעם פילוג קען עס אביסל ראטעווען.

אויב אין בעלז פארלירט מען שוין היינט קאנטראל שפארען זיי איין זייער בחורים אין אינגעלייט וואס זענען פארדארבען.

וויל די וואס דרייען זיך אויפן גאס ווי סוחרים געבן זייער א גוטער נאמען פאר בעלז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 22:56 לינק ישיר 

עס דערמאנט מיך פון אן אלטע קל וחומר.

מה דאך איך וואס איך עס היימישע מאכלים, גיי א וואלענעם טלית קטן, געקראזעלטע פיאות, און איך גיי אין מקוה יעדען טאג (?) רעד אידיש מיין ווייב גייט געהריג מיט סיעמס און איך וויין אונטער די חופה וכו' וכו' ווייס איך ווי איך שטיי אין יראת שמים.

כל שכן וק"ו בן בנו של ק"ו דער מאדערנער איד וואס גייט אן א בארד עסט או יאו פלייש זיין ווייב גייט אן אפען שייטל מיט ביי האר מוז דאך א ודאי זיין אז ער טוט אפ כל עבירות שבתורה.



תוקן על ידי - זאב58 - 02/06/2005 23:24:19



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 23:03 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויף וועלכע גאס דו דרייסט זיך, אין מיין גאס זענען די פאקטן וויאזוי איך האב זיי געשריבן.

הנחות און פאקטן קען יעדער שרייבן וויאזוי אים שמעקט, און מען קען קיינעם נישט גלייבן ווילאנג ער ברענגט 'פרוף'.

איך וואלט דיר געראטן צו גיין זיך נאכפרעגן פונקטליך וואס אהרן מרדכי האט גערעדט מיט זיין פעטער, און גיין אויסהערן די דרשה וועלכע איך האב דערמאנט.

דערנאך קום צוריק און ווייז מיר אויף מיט וואס כ'האב געגרייזט.

נאכאמאל, כ'זאג נישט אז עס זענען נישטא קיין פראבלעמען אין סאטמאר.

אבער עס זענען אויך דא אין בעלז.

פונקט ווי עס זענען דא פיינע אינגעלייט ביי ביידע.

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 03/06/2005 2:27:37



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 23:17 לינק ישיר 

ווי דו האסט שוין זיכער באמערקט, פיר איך זיך נישט צו ענטפערן אויף קיין דעמאגאגיע, ספעציעל ווען עס האט נישט קיין משהו דעקונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 23:18 לינק ישיר 

די צרה איז נישט סאטמאר גרויס אדער קליין.

די צרה איז די ליבעראלקייט וואס ר' אהרן האט געברענגט אין די יונגענט, פון דעם לייד היינט ליידער גאנץ סאטמאר.

קוק אן סאטמארער ישיבה אין וויליאמסבורג האט בערך זעקס הונדערט בחורים, א גרויסע ישיבה לכל הדעות, און מען זעט נישט פון דארט די פירות באושים ווי מען זעט אלע יארעןפון מאנרו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 23:32 לינק ישיר 

איך קען פערזענליך
בעלזע
סאטמארע
גערע
וויזניצע בני ברק
וויזניצע מאנסיע
באבובער
סלאנימער ווייסע און שווארצע
סטאלינע
עס איז דא איבעראל פון אלע סארט עס איז איבעראל דא א פיל פארביגער עולם קיינער דארף זיך נישט צו בארגען קיינע שקצים פון קיינעם אין ב"ה נישט קיין מוצי"ם אויך נישט
איינער לעבט מער אין "DENIAL" ווי דער צווייטער

צו זאגען אז ביי אונז איז דאס נישט פארהאנען דארף מען זיין א שוטה גמור לכל דבריהם.

דארט ווי עס איז דא מער מענטשען איז דא מער פון אלעם.


תוקן על ידי - verbeenich - 02/06/2005 23:35:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 23:41 לינק ישיר 

יוסף מאיר:

דיר האב איך נישט געמיינט.

אויף דעם פלאנעט וואו מענדל שווימער איז מעיאר, און דער רבי איז בעה"ב אין סאטמאר, און יעקב יואל באנדא איז א אהרוני, איז טאקע אויך נישטא קיין אינטערנעט, און בכלל איז נישטא דארט קיין אוועקגעפאלענע.

איך רעד פון מיין פלאנעט (וואו עס זענען גראדע יא אריינגעפאלן לעצטנ'ס אפאר קווינס בחורים, וועלכע זענען געקומען שטימען...).

און דארט איז דא אייניגע רעכטן.

יעדער האט פון אלעם.

אריינגערעכנט די קווינס ישיבה.

און אויב וואלסטו געוואלט אז איך זאל האלטן אנדערש, האסטו נישט געדארפט טראגן דעם רבי'ן אויף קווינס קעמפ, וואו איך זאל קומען יעדע וואך ביי שלש סעודות, אדורכוואקן די דארמיטארי'ס (איך גיי נישט מיטן דרך המלך), און זען און הערן פונקטליך וואס דארט טוט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 23:47 לינק ישיר 

אהרן וועקי

פארציילסט שיינע מעשיות ברמיזה כדרכך א גאנצע צייט, מעשיות וואס נאר דו קענסט, און דו לייגסט נאך צו איך ווייס קלאר.

באמת האסטו אזא גוטער רעקארד דא, אז די דערמאנסט מיך פון שש"ט.

קאקט איז אז אין וויליאמסבורגער ישיבה איז נישט דא קיין איין בחור וואס שנייד זיין בארד.

מען דארף נישט מאכען קיין תקנה אז בחורים וואס שטיצען זייער בארד קענען נישט באקומען קיין עליה אין ישיבה וד"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2005 00:03 לינק ישיר 

זיי מוחל קוק איבער מיין פריערדיגע תגובה פון 23:17.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שלום בעלז מיט די עדה החרדית ???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.