נשלח ב-2/6/2005 21:33
אז די האלסט אז ממעג זאג אזוי ! נישט שרייב אנדערש.
א חבר דערציילט מיר אז ער האט געפרעגט איינעם פון די רבנים וואס האבען אונטערגעשריבען קעגען די עירוב וואס ער האלט , ווייל יענער איז באוויסט אז ער טאנצט אהער און אהין האט ער גענפערט אז עס איז נישטא קיין פראבלעם. ער האט אונטערגעשריבען ווייל מען האט געלייגט געפערליכע פרעשער אויף עם (אזוי ווי מטוט אלעמאל) מיר איז אבער אינטערעסאנט וויאזוי איז מעגלעך אז א רב א ערליכער אנגענימענער דיין זאל טון אנדערש ווי ער האלט וויאזוי קען מען צווינגען ער זאל טון אנדערש ווי די הלכה ? פארשטייט זיך אז סנישט גרינג אין די קאמאניסטישע וויליאמסבורג......
(איך וויל נאך כאפען אמאל א שמועס מיט דעם רב פאר איך וועל מפרסם זיין זיין נאמען)
נשלח ב-3/6/2005 03:29
יאמאמיי, וואס איז דיין נאמען? דו ווילסט נישט איך זאל וויסן? פארוואס?
דו שעמסט דיך מיט דיין דעה? אדרבה זאג אן קיין בושה וואס דו האלטסט!!!
נישט אז דאס בארעכטיגט עפעס.
נאר אז דו זאלסט פארשטיין אז ברבים זאגט מען נישט אלעס וואס מען טראכט! פארשטאנען?
.... אקעי ליין איבער!
נשלח ב-3/6/2005 03:58
usa
אז א רב האלט אין הלכה איין זאך און ער שרייבט פארקערט, איז ער א פשוט'ע שקרן, איי ער האט מורא?, נא, ער האט צוויי ברירות 1)נישט זיין א רב, 2)שווייגען.
אז א איד שרייבט זיך אויף הידפארק זיינע געדאנקען, צו קליג צו נישט, און ער וויל נישט שרייבען זיין נאמען, טוט ער זייער קלוג, בפרט אויב ער איז א תושב ווילי, וואס עס קען גאר זיין מסוכן נישט צו פארשטיין אלעס וואס דער אדער יענער בוידעם קלאץ האלט אז די דארפסט פארשטיין און גלייבען.
און לויט ווי איך פארשטיי די ווערטער פונעם פותח האשכול, איז טאקע דאס זיין כוונה...
נשלח ב-3/6/2005 07:35
יאמאמיי
האסט גוט געפרעגט
USA איז נישט גערעכט, ווייל אויפן היידפארק פאסקענט מען נישט קיין שאלות,
רוב ראשונים האלטן אז לא תגורו מפני איש איז מעהר נוגע צו רבנים ווי צו היידפארק גליטשערס.
כ'האב אמאהל געפרעגט אזא רב החותם פארוואס ער שרייבט אונטיער אנדערש ווי ער האלט
AND THIS IS WHAT HE SAID
"קיינער צאלט מיר נישט קיין וועדזשעס, איך בין קיינעם נישט מחויב גארנישט, איך בין א פשוטער איד וואס איך רוף מיך רב ווייל דאס איז מיין פרנסה, פון א שול מיט א מקווה, פונקט ווי יענער האט אגראסערי, מען הייסט מיך אונטער שרייבן אז נישט וועל איך פארלירען מיינע קאסטאמערס, שרייב איך, דו מוזט מיך בכלל נישט פאלגן." עכל"ק
לכתחילה האב איך אנגעקוקט מאדנע.
אבער איך האב איינגעזעהן אז ער איז גערעכט.
די אלע רבנימלאך וואס חתמענען אונטער זענען נאר מחייב דעהם וואס האט זיי אויפגענומען אלץ רב.
ווער ס'ווערט נתפעל פון די חתימת יד קדשו פון הרב חנניה יו"ט ליפא שלמה זלמן לייב חו"פ ק"ק שערי תהום רבה ראטלידזש על יד קענט בלאאמו"ר הגה"צ אשר זעליג זוסמאן טוביה מאיר אייזיק מלפנים אבדק"ק אונטערנירייטעלעק והגלילות ולבסוף ימיו בבושוויק במח"ס ילקוט סיפורי צדיקים לימי הקיץ ב' חלקים (בכת"י).
איז איין ערשטקלאסיקער יאלד
FIRST CLASS SUCKER
פרייאר ממדרגה ראשונה.
דער רב אליין וועט עס דיר זאגן.
און טאמער איז דא זעכציג אזוינע חתימות אויף אין צעטל
איז ער זעכציג פאכיגער יאלד!
פאלגן דארפסטו נאר דיין רב. און אויך נאר ווען דו פרעגסט אים פריוואט.
תוקן על ידי - baachi - 03/06/2005 8:34:56
נשלח ב-3/6/2005 08:01
שפתיים ישק.
נשלח ב-3/6/2005 08:09
על דא האט דער דעברעצינער רב אמאל געזאגט:
זיי קענען מיך מיט איין קאר אראפ שליידערען, און זאגען דאס איין עקזידענט וואר. (ב'יעקיש אידיש).
אגב די מצוה פון לא תגורו פני איש איז נישט ביהרוג ואל יעבור.
תוקן על ידי - זאב58 - 03/06/2005 8:12:05
נשלח ב-3/6/2005 09:27
באטשי
MY HOLY OF THE HOLYEST
די אלע רבנימלאך וואס חתמענען אונטער זענען נאר מחייב דעהם וואס האט זיי אויפגענומען אלץ רב.
ע"כ.
איז קלויזנבורגער רב זצ"ל אויפגענומען געווארן דורך איינעם אדער האט זיך אליינס געמאכט רב?
איז קלויזנבורגער רב דיך עפעס מחייב אדער ביסטו איין דוקר.
ווען נישט עס איז אזוי שפעט און ווען איך וואלט געגעסן געהעריג נאכטמאל וואלט איך פארשמירט געווארן פון די טינט פון דיין פעדער וואס האט זיך צורינען.
שלאף געזונטערהייט.
צום ווידערזען
נשלח ב-3/6/2005 16:14
גיפערליך
איך זעה אז עס איז דיר שווער צו האלטן צו איין נושא.
דו פליהסט אוועק תיכף ווי אינמיטן די שמ"ע.
דו ליידסט שוין אויף דעהם לאנג?
יעצט ליידען מיר, דא אין פארום אויך פון דעהם!
שרייב מיר באישי איך וועל דיר געבן א נאמען פון א מעדיצין וואס העלפט פאר יונגעלך אין חדר קאנצענטרירן.
איך וועל דיר נישט טשארזשען, לטובת הפארום!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.