נ"ב די אשכול איז פריי פון פאליטיק דעריבער נישט אריינמישן.
תוקן על ידי - gishmoker - 06/06/2005 2:49:04
נשלח ב-6/6/2005 02:12
די ערשטע עצה וואס איך טראכט שוין לאנג איז, צוריק צו ערלויבן דאבל פארקינג בשעת די SC [סטריט קלינינג], דאס וועט עטוואס פארגרינגערן די מצב,
(מען זאגט אז מתחילה פלעגט אזוי זיין נאר ארי' לייב בימים ההם האט דאס נישט געלאזט ווייל עס שטערט די ת"ת באסעס פון זיך איינדרייען, אבער בזמן הזה פארן נישט קיין באסעס צווישן 11-1 .
עני קאממענטס?!
נשלח ב-6/6/2005 03:57
ארויסוועלן בלומבערג'ן און אים ערזעצן מיט'ן קאנדידאט וואס וועט זיך אונטערנעמען צוריקצושטעלן די געלט-שטראפן על כנם.
פאר מיר לעולם באדערט עפעס אנדערש. והוא, וואס איז די חשבון פון די סיטי בעת SC? וואס דארפן צו טון באלד א האלב קארס אין שטאט פון 11-1?
סתם ארומפארן.
מאכן א פיקעטינג.
מאכן א ראללי.
סתם זיצן אין קאר.
באקומען א טיקעט.
איינער ווייסט נאך עפעס?!
בר מן דין, דאס איז איין עקסטערע נושא, צי איז באמת זויבערער די גאסן ווען דער שמוץ טראק גיט א שמייס דורך און צושפרייט א שטויב אזש אלע שמוץ צופליען אין די זייטן?!
וואלט נישט גענוג געווען די SC אין ווילי איין מאל א וואך אזוי ווי אין בארא פארק? ווילי איז דאך נישט קיין איין % מער ריינער פון ב"פ, און ב"פ איז נישט שמוציגער. נו וואס פעלט אויס צו פייניגן דאס אידנטום!
מען בעט ווער עס האט א השפעה אויף די ליעזאנס זאל פרובירן שתדל'ן.
נשלח ב-6/6/2005 13:35
פאר די קלעיפסט ארויף דעם רעגיסטרעישן אויף די ווינדאו
מאך א דינע -זייער דינע - שווארצע שטראך אויף דעם
אז ער זאל דאס נישט קענען סקענען
די ליין דארף מען אריינשטופן פון אויבן ביז אונטן צווישן די צענדליגע ליינס וואס זענען שוין פארהאן! און נישט חלילה אין די ברייט -רעכט צו לינקס-.
ד"ה די לענג פון די ליין זאל זיין בערך א האלב אינטש. אזוי לאנג ווי אלע אנדערע ליינס.
אבער קענסט זיין זיכער אז אויב די "שטאט טאטעס" וועלן זיך דערוויסען פונעם שווינדעל (איך האף זיי ליינען נישט הייד פארק) וועלן זיי מאכן א געזעץ אז די סטיקער איז די סטעיט איגענטום אין געבען א שטראף פאר פארלעצער.
נשלח ב-10/6/2005 03:21
זשיד דו פרעגסט גוט.
איך האב עס גענומן פון א משמעות, ווייל מ'באקומט דאך צוויי צעטלעך איינס האלט מען אין קאר און איינס קלעבט מען ארויף, אז דו וועסט קוקן וועסטו זען אז נאר אויף די וואס מ'האלט אין קאר שטייט קלאר ארויסגעשריבן:
DO NOT ALTER UNLESS ADDRESS . איז משמע אז אויף די אנדערע מעג מען יא . אויב נישט וואס האבן זיי געקארגט צו שרייבן...