|
|
| נשלח ב-6/6/2005 21:03 |
|
| |
Baachi
Thank you for trying
מיט די סאקמורים איז נישט דא וואס רעדן, אבער פון SIM89 האב איך ערווארטעט עפעס מער
I GUESS I WAS WRONG
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 21:05 |
|
| |
גישמאקער
דאס הייסט גענטפערט גראד צו דער זאך!
איך ווייס נאר נישט וועלכע זאך.
בעצם האב איך דאס געפרעגט פון SIM נישט פון דיר,
לויט ווי איך בין משער, (פאררעכט מיך אויב איך בין נישט גערעכט!)ווען דו רעכנסט אויס די רשימה, וואלט עס געוועהן אסאך א קורצערע.
תוקן על ידי - baachi - 06/06/2005 21:14:36
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 21:34 |
|
| |
באטשי
דאס מאהל בין איך אביסל חולק אויף דיר
'היימיש' איז א ווארט וואס בכלל איז זייער שווער איבער צו טייטשן אויף אנ אנדערע שפראך
האסטו באמערקט אז אין ענגליש שרייבען די סוחרים 'HOME STYLE' אויף ראגעלעך איז דען HOME STYLE א גוטער אפטייטש פון היימיש??
פאר די גאליציאנאר-אונגארישער-רומענישער עולם. איז לובאוויץ -אפילו אלט לובאוויץ- שווער מגדיר צו זיין אלס היימיש
פאר כמה וכמה סיבות
סוף כל סוף רעדט מען דא בעיקר פון קאלטור א תימן'ער איד קען זיין א ירא ושלם במלא מובן המילה אבער ער איז 100% נישט 'היימיש' WHATEVER THE WORD MEANS
בפרט היינט דער גאנצער הנהגה פון דעם לובאוויטש עולם איז אזוי 'פרעמד' מבחינת הקולטור אז מ'פארשטייט זיך נישט בכלל.
איך האב א פשוט'ע טעסט.
די נשים פון.בעלז וויזניץ סאטמער. באבוב סקווער וכו' וכו' פארשטייען זיך איינע דעם אנדערען אויפען ווינק זאל דאס זיין ביי א פארטי ביי חתונה...
ביי זיי איז 'קרייז' נישט קיין נפקא מינא ווען מ'רעדט פון קינדער, שידוכים, שמחות, לשון הרע, שדכנים וכו' וכו' און פון 1000 אנדערע זאכען וואס מ'רופט אין ענגליש
SHARED LIFE EXPERIENCE ...
אבער ביי די אלע אויבער דערמאנטע קרייזען איז לובאוויץ פארעכענט אלס THE OTHER
ווען מיין ווייב איז געוועהן ביי א חתונה אין קראון הייטס איז געוועהן פאר איהר WEIRD
SHE FELT OUT OF PLACE AS DO MOST HEIMISE PEOPLE
אין מיין בוך איז לובאויץ נישט היימיש
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 22:20 |
|
| |
"HEIMISE PEOPLE "
אמת איןדיין בוך איז לובאויץ נישט היימיש o.k. ,זיי קוקעט ענדערש,
אובער וואס איז מיט מענטשלכקייט מייט אהבת יידען?
תוקן על ידי - yossiw - 06/06/2005 22:25:28
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 22:38 |
|
| |
אהבת אידען?
צו זאגען אז א בוכארישער איד איז נישט וואס מ'מיינט 'היימיש' איז א סארט שנאה??
you must be out of your mind sir
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 22:46 |
|
| |
יוסי
1) די שאלה איז געוועהן חסידות'ן נישט ווייבערישע תהלים גרופס.
2) שערד לייף עקפיריענס קומט פון גיעאגראפישע קולטורעלע דיפערענצן, דאס רוב זענען אין ליבאב' רוסישע אין האבן די מאכלים אין לבושים נענטער צו די ליטווישע. ווען די גערער, בויאנער , סטאלינער, וואלטן געוואינט אין א באזונדערע געגנט, וואלטן זיי געוועהן פונקט אזוי פרעמד פאר איין אונגעריש ווייבעריש אויער.
3)ליידער האט דער רשע אויסגעשאכטן רוב בנין ומנין פון מזרח יואראפעישען יודעטום, די אונגערישע גרופע איז געבליבן די גרעסטע, און אויף עולם הזה'דיגע לעבן געבן זיי דעם טאן. וואס פאר א שייכות האט דאס צו חסידות?
4) עס זענען דא גענוג אין נאך "היימישע (SIC)" ליובאוויטשער, דא אין אמעריקע, און איבער די וועלט.
5) לדעתי דער גאנצער ענין "היימיש" איז איין אונגארישע שאוויניסטישע פיקציע, וואס קומט פון דעם אונגארישן פאלק'ס (גויים -יא סדא אזא זאך...) באקאנטע נאטירליכע קליקישקייט - CLANNISHNESS בלע"ז, דער טאטע פון דעם איז: אראגאנץ היונק מאיגנאראנץ.
אפשר קומט עס צונוץ צו קלאסיפיצירן א מיידל פאר א שדכנטע
אבער פאר איין אינטעליגענטען ייד ווי דו?
6)דו אלץ אויסגעשפראכנער אגודיסט, מיט וועמען האסטו מעהר א געמיינזאמער שפראך, הן אין דאווענען, הן אין לערנען, הן אין עסקנות בצ"צ. מיט איין ערנסטן ליבאוויטשער ת"ח (נישט קיין משיחיסט) אדער מיט מנשה פיליפ ודוגמתו, איך רעד נישט פון די מיסיס.
אפילו אין שידוכים אלעס אנדערש זאל זיין גלייך, וועלכן בחור וואלסטו גענומען?
א וומ"ב תלמיד פון ר' אברהם לייטנער וואס איז גרייט צו גיין מיט די PLO דמתקרי "היימישער"
צו א ליובאוויטשער בחור א ת"ח (לאמיר זאגן א וועכטעריסט) וואס זאגט צו ער וועט נישט אוועק פארן אויף שליחות אהן דיין רשות. ( איך רעד נישט פון משיחיסטן)
7) די ליובאוויטשער חסידים זענען א גרופע וואס כלל ישראל איז זיי אסאך שולדיג, זיי גייען יעצט אדורך א שווערע צייט, מעג מען פון זיי אזוי רעדן?
8) סאטמאר וואס שרייט השכם והערב אז זיי זענען זיך פון דיר מתבדל, זיי זענען ביי דיר היימיש! אבער ליבאוויטש וואס יעדער ייד האט ביי זיי א פלאץ, איז נישט ביי דיר היימיש. פארוואס? וויל די נשים רעדן נישט פון שטרומפ/פאנדיאלאס/פאפריקאש/מיאמי ביטש.
BTW איך בין זיכער אז די חשובע פלונית'טע דיינע וואלט גערעט פון חינוך הבנים, אדער פון תפלה בכוונה, פון טוהן חסד, מקרב זיין אידן, ארץ ישראל, אדער אפילו פון א באנגאלא אויפן זומער, וואלט זי געוועהן אין פלעיס.
זי האט אוודאי גערעט פון א שייטל סטייל וכדומה.
די סאטמארער/זאלוני פראפאגאנדע מאשין האט אויף דיר געווירקט!
ווי דער רבי נ"ע פלעגט זאגן
חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם
תוקן על ידי - baachi - 06/06/2005 23:05:52
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 23:10 |
|
| |
באטשי
YOU GOT ME ALL WRONG
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 23:21 |
|
| |
Yohcee
I understnd very well what you're saying, but the question at the beginning was "who has the biggest ,
oilem", not who has the most Heimishe Vaber so the idea of leaving out Lubavitch was somewhat surprising
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 23:24 |
|
| |
באצ'י
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ברענגסט א משל פון א חבדסקער וועסטו זאגען נישט קיין מעשיחיסט, און ווען עס קומט צו א סאטמארער וועסטו ברענגען א משל דווקא פון דעם ר' אברהם לייטנער פרא פאלעסטינישער אוהד.
פארוואס זאלסטו נישט רעדן פון א סאטמארער חסיד וואס ארבעט אין 47? א נארמאלער מענטש א מעורב בין הבריות? אדער דער סאטמארער תלמיד חכם וואס מאכט א ספר אויף הלכות רבית?
לדעתי קוקענדיג דא אין דעם פורום זענען רוב סאטמארער חסידים נארמאלע מענשטען נישט קיין ראדיקאלע מיט שנאה צו יעדן באשעפעניש, הגם פארשטייט זיך אז עס איז דא יוצאים מן הכלל, אסאך ווייניגער ווי די וואס די רופסט אין חב"ד מעשיחיסטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2005 23:54 |
|
| |
באטשי
YOU GOT ME ALL WRONG
מיט כמעט קיין איין ווארט פון וואס דו רעדסט בין איך זיך נישט חולק
די ביסט גערעכט אז דאס ווארט איז נישט קיין 'תורה'דיגע אדער אידאלאגישער, והוא הנקודה שרציתי להבהיר.
און דו האסט עס זייער גוט מפרש געוועהן אז עס איז א ACCIDENT OF CULTURE AND GEOGRAPHY
ומאי החרי האף הגדול הזה?
יא מיט ר' מנשה פיליפ האב איך נישט קיין שום שייכות נאר קולטורעלע....ברוחניות בין איך, און איך מיין דו אויך- מער קשר מיט הרב עובדיה יוסף, הרב שך, הרב קניבסקי הרב אלבז, הרב אלישב וכו' וכו' ווי מיט רב לייטנער אבער מצד קולטור COME ON
ווער עס גייט מיט די PLO איז א רודף אין א מסור אבער ער איז א 'היימישער מסור'!
און פונקט ווי איך זעה כסדר די פרומע תמינ'ער אידען מיט בארד אין פיאות האבען ליעב צו פארברעגען צייט אין אין דעם YEMENITE CANDY STORE מיינט דאס אז זיי און אראבישער OWNERS איז היינו הך מיט זיי??
ניין זיי זענען זרע אברהם אהבו וכלנו בני איש אחד אנחנו
אבער פאר קולטורעלע פארגענוגען גייען זיי פאר
A PIPE SMOKE TO THEM AND I WILL GO FOR CHOLENT ELSWHERE
איך בין מודה אז 'היימיש' איז מצד אידישקייט א פיקטיווער שאוואניזים! גערעכט!
אבער די TERM 'עקזיסטירט' און דאס ווארט ווערט גענוצט אלס אן הגדרה ביים היימישער ציבור FOR GOOD OR FOR BAD ITS THERE
אין אנדערע ווערטער רב אבערלענדער דער חב"ד רב אין בודאפעסט איז א 'היימישער' ווייל ער איז מבטן ומלידה היימיש, רב בוטמאן (moshiach is in the air!) איז ביי מיר נישט 'היימיש'
באטשי
איך בין מדקדק ווען מ'שנארט פאר צדקה אין שוהל מיט די ווערטער "הכנסת כלה פאר א 'היימישער' איד" "אדער קמחא דפסחא פאר א 'היימישער' איד" צו פרעגען וואס מיינט היימיש?
זיי בלייבען אלעמאהל מיט דעם צונג אין דרויסען
איך פרעג
איז אן אגודיסט 'היימיש'?
איז א ליטוואק 'היימיש'
וכו' וכו'
דאס ווארט קריטשעט מיר אויך אין אויער ווען מ'נוצט עס אויס לעניני צדקה, הצלה, בקור חולים הצלת ישראל בכל מקום שהם וכו' וכו' .
אבער ווען איינער פארציילט מיר אז ער האט נעכטען געזעהן א 'היימישער' איד ביי א BASEBALL GAME דו אין איך פארשטייען אז ער רעדט נישט פון א LUBAVICHER און נישט פון א פלעטבוש תלמיד פון ר' חיים ברלין
אין דו ווייסט גאנץ גוט ווען מ'זאגט דיר אז עס איז דא א ישיבה אין אשדוד און אז מ'לערנט דארט בדרך ליטוויש אבער די בחורים זענען אלע 'היימישע'
דו ווייסט גאנץ גוט אז מ'רעדט נישט פון חב"ד בחורים
פאר א היימישער דארף מען דאס נישט מסביר זיין פאר א נישט היימישער איז נישט מעגליך..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2005 03:07 |
|
| |
באטשי
איך וויל דיך נישט נאכאמאל אריינהאקן אינמיטן דיין געשמאקן פארבריינג. אבער איך וויל זיך נאר פארטייטיקן.
דאס ערשטע הגבה מיינער איז געווען כדרך כל האדם, לרעיון בעלמא.
דאס צווייטע איז שוין יא געווען א תירוץ אויף דיין קשי' צו מיר, דוק ותשכח.
אין בכלל וואס האסטו זיך אזוי צושריגן אויף מיר ?
איך האלט דאך אלעמאל ווי דיר,
דו האסט שוין אפילו באקומען פון מיר איינמאל אזוינס ?!
איך בין נאכמאל מדגיש אז ליבאוויטש איז נישט היימיש ווייל זיי זענען פראים, אודאי אידישע קינדער, א טובה א חסד טון פאר זיי בכל הכבוד.
אבער זיי אריינצונעמען אין די הגדרת ההיימישע לא ולא, והראי' קיין וויניץ'ער אדער קלוזנברגר אדער עני היימישע וועט נישט משדך זיין מיט זיי [נאר לעת ההכרח] מען שטייט ווייט פון זיי, כשם שאין מתחתנים במאדערנע וכדו'.
געדענק זיי וועלן דערלעבן משיח'ן איה גלייך ווי די היימישע, אבער ביז דאמאלטס..
קענסט ווייטער קער נעמען פון דיין יוחי מיט סים, ענטשולדיגט פארן איבערהאקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2005 06:25 |
|
| |
איך מוז מודה זיין מיט די אלע "היימישע" חסידים און אלע "מבינים" אויף אידן.
ליובאוויטש איז בפירוש אנדערש און זיי טאקע באליינגען נישט אין יענע רשימה, ליובאוויטש איז גאר אנדערש און מען קען זיי נישט פארגלייכן מיט'ן "רשימה". און די אלע "אוהבי" ישראל וואס קענען נישט פארגעסן קיין איין סקונדע וועגען ליובאוויטש אוו אויף יעדן געלגענקייט מוזן זיי דערמאנען ליובאוויטש, צי עס קלעפט צי נישט. איך קען נאר זאגאן eat your self's up
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2005 07:16 |
|
| |
היימיש איז טאקע קאלטור- אונגערישען אקצענט שטריימל מייט פאות און ליינגע גטקעס.
אריינצונעמען און ציילען 'פרעמדע' לובוויטש אין רשימה קענן אודער נישט איך וויסט נישט
חסידות'ן איז דאס אוודע נישט.
אעבר נעך 20-30 יער וועט גורנישט בלייבען פון דעם, קוקט וואס טוטזאך אין א"י ביי די אלע "הימישע"
לבושים און שפרעך.
|
|
|
|
|