גראדע איז דער קל"ב רבי יא דארט געווען
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=969876
טויזענטער אידן האלטען מיט היסטארישע חתנה
נושא מחבר
דישיגוטער 8:50 7/6/2004 - נ
דערנאך האט די רב הצעיר ווייטער ממשיך געווען מיט די ריקודין אינמיטן ביהמ"ד וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן עולם ספעציעל איז געווען א גרופע פון פןפציג אידן וואס האבן נישט מפסיק געווען פון די משחה און אפילו ווען די רב איז געזעצן אויוון אהן און אפגענומען מזל טוב פון נאך הונדערטער אידן האבן זיי ווייטער ממשיך געווען מיט'ן טאנצן קעגן דעם אויוון אהן מיטפרייענדיג זיך מיט שמחת רבם, ווען די רב הצעיר איז צוריק אראף איז די שמחה געשטיגן נאך העכער ווען עס האט זיך געמאכט א רעדל פון צענדליגע רבנים וואס האבן געטאנצן צוזאמען מיט'ן רב, וואס האט געטאנצט בכל כוחו, איינע פון די הויעכפונקטן פון די חתונה איז געווען ווען די "קלויזענבארגער רבי שליט"א" איז אנגעקומען און די רב האט אים אלייך גענומען ביי די הענט און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט אים אליין און אזוי האט אנגעהאלטן די טאנץ עטליכע מינוט ביז עס האבן זיך מצטרף געווען נאך רבנים"""", ווי הגה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א, הגה"צ ווינער רב שליט"א, הגה"צ רבי יעקב יוסף ה"ש שליט"א הגה"צ מסיגעיט שליט"א הגה"צ ממעלבארן שליט"א.
 |
|
|