רב"צ היינט און קאורט
וואס איז געשעהן?
יענע וואך דאנערשטיק זענען געקומען ביידע קהילות צום מתיבתא קעמפ כדאי צו צוגרייטן עס פאר די בחורים.
די גארדס פין ביידע קהילות האבן גערופן די פאליס כדי ארויסצווארפן די אנדערע זייט.
די פאליס איז אהנגעקומען און פארלאנגט פאפיערן פון ביידע זייטן , ביידע קהילות האבן ארויסגענומען פעפער'ס וואס באווייזען אז דער קעמפ איז זייער'ס, אינמיטן האט הרה"ג ראש הישיבה ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א חדב"ן רבינו המהר"ש זצ"ל זיך גענומען שרייען צו די פאליס "זעץ זיי איין, זעץ זיי שוין איין אין תפיסה אזוי ווי די פאליס האט זיי איינגעזעצט יענע וואך אין קעמפ שלווה" .
אונזערע עסקנים האבן זעך נישט געקענט גלייבן זייערע אויערן!!! מיט די אויגען !!! הערנדיג און זעהנדיג ווער איז דער וואס איז מוסר ישראל לעכו"ם, און ווער צו פראבירט זיי איינצוזעצן.
די פאליציי וואס האט געזעהן דעם מצב האט אויפגעהויבן אן טלעפאהן צו זיין קאלעגא וואס איז אין קעמפ שלווה אין געהערט אנדערע ווערטער אז דארט איז אויכעט געווען לעבעדיג אבער זיי האבן קיינעם נישט ארעסטירט און קענען נישט פארטיין וואסארא דאקומענטן זיי האבן וואס מכלומפרשט דארף מיינען אז מען האט איינעם איינעזעצט.
און דער פאליס האט אלעמען ארויסגעשוקט ובתוכם הרה"ג ר' יוסף דניאל מייזעלס שליט"א מנהל בישיבת כרם שלמה -[רב"צ]
וגם הרה"ג ר' נפתלי ראובן ציטראנענבוים ני"ו - שואל ומשיב בישיבת המתיבתא ויועץ ראשי אצל רב"צ שליט"א.
זאל די ציבור זעהן מיט וואס רב"צ מחנכים געבן זיך אפ....
נאכ'ן מפלה אין קעמפ מתיבתא יענע וואך זענען זיי בשתיקה גדולה וסודי סודות אהן צו רעדן הויעך, היינט אינדערפרי געגאנגען צו ערכאות אין פענסליוועניע, בעטן דעם ריכטער ער זאל נישט אריינלאזן אנשי רמ"ד אין קעמפ.
פארשטייט זיך אז אינזערע עסקנים האבן נישט פארשווייגט און געזאגט דעם אמת, אזוי אז דער ריכטער האט געפסקנט אז אללעס גייט און דין תורה אין מען האט נישט וואס צו קומען צו עם .
די בזיונות זייערע זענען געווען זייער גרויס, דער דזאדז האט זיי פשוט ארויסגעווארפן ווי הינט
[כ'דערמאן זיך אן ענדלעכע פאסירינג פאר בערך צוויי וואכן צוריק, וואס האט זיך פינקט אזוי זיך געענדיגט....]
יא! דער הייליגר רב ז"ל אן קינד.
יא! א נשיא פון צדקת ר' מאר בעל הנס.
יא! דער וואס שרייט 'איך' וויל דין תורה...
יא! נאכן טיילען די קונטרס 'האמת עד לעצמו'...
יא! אינמיטן די דין תורה פין 5 דיינים ורבנים.
יא! 'ער' איז ער היינט געלאפן אין קאורט/ערכאות !!!!!!
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 08/06/2005 2:48:40
 |
|
|