| נשלח ב-8/6/2005 18:07 |
|
| |
מחאת הציבור נגד ראוז קעסטל
שוין לאנגע יארן וואס דער מונקאטשער איצי ראזענבערג גייט אהן מיט די טריפענע באל'ס וואס קומען פאר מידי ליל בלילו ומדי שבת בשבתו
מחנות שחורים ריקן זיך אן אמאל צו זייערע "חתונות" צערעמאניעס, אמאל צו הוליען און שיכור'ן, אמאל מיט זייערע נקבות, אד"ג, אונז און אונזערע קינדער דארפן דאס צוקוקן און ליידן און שווייגן?!
לעצטענס ווערט דער געגענט מער און מער באוואקסן מיט אידישע משפחות אזוי אז ס'יז ממש כלו כל הקיצין. מען האט זיך יעצט צאמגענומען א וועד וואס וועט דאס פייטן עד חורמה, נישט צולאזן דעם געמיינעם אקט דא אין ווילי. און די רבנים גרייטן זיך יעצט צו אמערכה וואס וועט בע"ה אויסראטן דעם נגע מקרב המחנה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2005 18:17 |
|
| |
ברןך השם אז ס'איז דא א מערכה, אז נישט וואלט מען משוגע געווארען פאר ליידיגגיין
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2005 18:42 |
|
| |
יא, אזוי ווי מיר פארטיגן מיט די מערכה אקעגן עטרת אברהם וועלן מיר גלייך זיך נעמען צו די מערכה אקעגן רויז קעסטעל, סוף כל סוף האט עטרת אברהם א זכות קדימה, ס'איז אין הארץ פון וויליאמסבורג, ס'איז אין בנין וואס איז נקרא על שמו של רבינו זכותו יגן עלינו "עטרת יואל", און ס'איז יעדע נאכט און נישט נאר שבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 03:14 |
|
| |
דע פראבלעם מיט ראוז קעסטל איז מער ווי אנדערע, ווייל דעי טריפה'נע פארדינטע מיליאנען איז ער זיך מכפר די עבירות, געבנדיג די אתנן זונה געלט פאר די מוסדות, וויאזוי ווילט איר בויען תורה אידישקייט מיט די געלט?
וכולל בקר"י יוכיח.
-------------------
איך בארואיג מיך יעצט, איך האף אז דאס איז אויך נאר אויפגעבלאזענע באבקעס כדרככם, ער געט נישט קיין מיליאנען, ער האט נשיט געגעבן און וועט נישט געבן.
תוקן על ידי - geferlich - 09/06/2005 4:07:52
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 17:07 |
|
| |
geferlich
ביסט סוף כל סוף נישט אזוי גיפערלעך,
ביסט מודה אז די "זונה" ארט דיך נישט די פראבלעם איז נאר די "אתנן"...
יא, ב"ה רבי יצחק ראזענבערג שליט"א מיט זיין חשובן ברודער ר' אברהם יודא שליט"א האבן ב"ה מצליח געווען די לעצטע פאר יאר למעלה מדרך הטבע און ב"ה זיי לאזן זיך קאסטן סכומים אדירים להגדיל התורה ולהאדירה, די וואך האבן זיי צו געזאגט דעם פאנטאסטישן סכום פון צוויי מיליון דאללאר -פון וואס זיי האבן תו"מ אראפ גלייגט א ריזיגן סכום אלץ דעפאזיט- פאר דעם נייעם בנין אין ירושלים פאר כולל מצויינים, זיי האבן אפגעקויפט דעם זכות הבנין און עקסטער דעם היכל התורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 04:57 |
|
| |
יא יא.!
נאך אתנן זונה קומט מחיר כלב..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 17:45 |
|
| |
און דערנאך שטייט:
"בית ד' אלקיך"!!!
דברים כג,יט לֹא-תָבִיא אֶתְנַן זוֹנָה וּמְחִיר כֶּלֶב, בֵּית יְהוָה אֱלהֶיךָ
|
|
|
|
|