איך גרייט יעצט אהן א לענגערע ארטיקל און די פאלגענע עניינים, און איך וויל פין די וואס קענען, אז מען זאל ארויפ-סקענען די פעפערס וואס וועלן זיין באווייזען צו די פאלגענדיגע נקודות.
א. וויפיל אנשי רב"צ האבן געלייגט ביי די עד'ס און די דינר ביכל לע"נ רבינו? אין וויפיל נישט?
ב. וועלכע חסיד פון רב"צ האט געשריבן אויפן רב זצ"ל און אויף רב"צ "הוציאנו מאפילה לאורה".
ג. וויפיל אנשי רב"צ און ווער, האבן געשריבן בלשון "לזה היום חיכונו..." ????
ד. איז רב"צ באמת געזיצן אינדערמיט ביי די דינער ? אדער אנשי רב"צ האבן געצאלט ממיטב כספם פארן כל העולם כולו צו לייגן א בילד וואס שרייט ליגנט?
ה. דער עמוד ביים דינר אינטער וועם איז עס געשטאנען?
ו. פארוואס האבן אנשי רב"צ נישט ארויפגעלייגט בילדער פין רב"צ ביים דינר??וואס האבן זיי מורא??
מורי ורבותי !! לייגסט ארויף די עד'ס פינ'ם דינר ביכל!! זאל די גאנצע וועלט זעהן די אמת!!
לייגסט בילדער פינ'ם דינר, זאל די גאנע וועלט זעהן וואס דער כל העולם כולו פראבירט צו פארדרייען.
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 09/06/2005 3:03:50
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 09/06/2005 3:17:46
נשלח ב-9/6/2005 03:14
און בכלל זאל יעדער שרייבן זיינע זכרונות פין די וואס פלעגן לאכן בתוך ימי חייו אין בית מדרש פין רבינו רב זצ"ל.
קענסט קוקען וועסטו זען אז די חסידי רבינו זצ"ל אין רבינו שליט"א וואס האבען געלייגט א עד אין דעם ז'ורנאל האט מען אויך געליגט אוטאמאטיש א עד פאר ר' בן ציון,
גיי פארשטיי אז אזא יבש פירט א כולל רבי מאיר בעל הנס
תוקן על ידי - רחובחגי - 09/06/2005 3:58:19
נשלח ב-9/6/2005 03:31
רח' חגי איך בעט דיך לייג ארויף דא די עד'ס אלע זאלן זעהן!
סקען ארויף.
וואסארא עד האט טאקע דער בימ"ד אין רח' חגי געלייגט??
סקען ארויף!!
יישר כוח
נשלח ב-9/6/2005 08:54
איין קליינע קשיא, נישט שיע אשר ווייסבלום איז געוועהן דער עורך פון די דזשורנעל?
נשלח ב-9/6/2005 16:53
יא יהושע אשר איז געווען דער עורך פון דעם זשורנאל, ער האט געשריבען רוב עד'ס מדעת עצמו, קיינער האט עם נישט געהייסען שרייבען די פסוקים און מאמרים,
ער האט געוואלט באשמוצען באבוב כאילו אונז ווילען מאכען פון ר' נפתלטשע א "מהרנ"צ", הייסט אז מ'וויל עם באזייטיגען און פארגעסען
פארדעם האט ער געשריבען נארישע מועסע עד'ס, אז אזעלכע בהמות ווי דו זאלען האבן וואס צו פרעדיגן
הפה שאסר הפה שהותר
נשלח ב-9/6/2005 17:13
ליתר תוקף -
האב איך געהערט אז ר' בעריש רובין גייט עם נישט צאלען פאר דעם דזשאב - ווייל נישט נאר האט ער געלייגט מיאוסע עד'ס - האט ער זיך נאך שטאלצירט פאר א פאר מענטשען מיט דעם שטיקעל - און ער האט נאך פארדרייט געוויסע עד'ס וואס מענטשען האבען אליין געשריבען - ווי למשל הרה"ח ר' משה עליאס- ור' ישראל (איזי) ענגלענדער ועוד ועוד...
לדעת - דער אופן ווי רוב עד'ס ווערען געמאכט...
עס זיצט א טישל אין ביהמ"ד - ווי מען פילט אויס א "עד בלענק" - און מען שרייבט נאר די נעמען פון וועמען מען וויל באגריסען - דאס איבריגע ווערט געטוהן דארך דער שרייבער - וואס איז יהושע אשר ווייסבלום - וואס איז א נאנטער קרוב מיט אונגער...
ר' בעריש רובין פארלאזט זיך אינגאנצען אויף עם מיט די ארבייט - און ער האט ספעציעל דאס יאר פארלאנגט אז ער זאל שרייבען מיט שכל - און נישט פירען קיין פאליטיק...
אזוי ווי איך האב פריער דערמאנט - ר' בעריש איז שרעקליך בייז - און ער גייט עם נישט צאלען פאר די ארבייט...
איך הער אז ביי אונגער איז יעצט דא א קאמפיין צו שאפען געלט צו צאלען ווייסבלום פאר דעם געלונגענעם שפיצל...
נשלח ב-9/6/2005 19:02
איך האב יעצט גערעדט צו עם אין ער איז זייער צובראכן ווי מען באשמוצט עם אומזינסט.
אינז קומען מיט אן גרויסן גאן אין ענק ענטפערן מיט א מעסער. וואס מיינען ענק אז איך בין נעכטען געבוירן?
ענטפערטס צום זאך!!
מ'מאכט שמיץ און מ'מיינט אז יעדע קינדער תירוץ אז גוט,
ווי דער יינגל אין חיידער "נישט איך נישט איך - ער! ער!
מאכסט מיך לאכן
נשלח ב-9/6/2005 19:18
עולם..... עס האט נעביך נישט גיהאט ציטוהן מיט יושע אשר.
בח"ג האט גיפאסקענט אז ווען עס קימט צי חסידות מעג ממע עובר זיין אויף "הלבנת פנים".
נשלח ב-9/6/2005 19:44
דיין gun האט נישט קיין אויפרייס שטאף...
ענטפער מיר די קשיות -
ווער שרייבט אלע עד'ס אין דעם זשורנאל פון רמבה"נ די לעצטע פאר יאר ווי אויך דער יאר???
ממילא לייג אוועק די גאן'ס און מעסערס - און הייב אן רעדען צו דער זאך!
תוקן על ידי - dovid_yida - 09/06/2005 19:49:10
נשלח ב-9/6/2005 21:58
קענסט שרייבן מיט די גרעסטע קידוש לבנה אותיות אבער די מציאות קענסטו נישט טוישן.
לויט ווי הרב יהושע אשר וו"ב שליט"א האט מיך איבערגעגעבן [אין ער איז מער נאמן ווי הרב בעריש רובין וואס זינגט שוין אין בלאטטער צוויי וואכן]
וז"ל;
פאר א צוויי וואכ'ן צוריק ווען ר' בעריש האט עם געבעטן צו לייגן די עד'ס, האב איך אויסדריקלעך געזאגט אז אזוי ווי איך א חסיד פין רמ"ד, ממילא האב איך נגיעות ע"כ געב איך איבער אלע ארבעט פון רב"צ עד'ס פאר האברך החשוב מוטי פאסטן אז ער זאל זיי אויסשטעלן, אין אזוי איז געווען.
יענע וואך דינסטיג, קומט צו צו מעך בעריש און האט פארלאנגט אז איך זאל נעמען אחריות פין אלע! -עד'ס, האב איך עם געזאגט אז וואס איך האב אויסגעשטעלט איז נישט קיין פראבלעם אבער וואס מוטי פאסטן האט געדריקט איז מוטי פאסטן אחראי.
האט מיך ר' בעריש געזאגט אז וויל איך בייקומען מיין געהאלט, זאל איך בעסער מסכים זיין...
עכ"ל
אז קום נישט אויף מיט קיין דברי שקר דא אויף הייד פארק ווייל איך וועל דאס נישט צולאזן , שקר קענסטו גיין פארקויפן ערגעץ אנדערש.
ווייל נישט נאר אז ר' בעריש האט געוויסט פון די שמוציגע עד'ס
נישט נאר אז ער האט זיי נישט אויסגעמעקט.
נאר ער האט שוין יענע וואך געזוכט אן קרבן!!!
אין יעצט וויינט ער מיט קראקאדילן טרערן 'ניין צו נישט מיך'.
ער האט אזיין פנים ווי בוש זאל מארגן שרייען אז נישט איך בין אין מלחמה ין עיראק , נאר דער נערישער סאלדאט...
העהעהע
מיינסט טאקע אז איך וועל קויפן בערישנ'ס מעשעלעך???
נשלח ב-9/6/2005 22:20
יעצט ענטפער מיך אויף מיינער קשיות
1. וויפיל מענטשען האבן ארייגעלייגט אן לע"נ און א מז"ט און מען האט געלייגט נאר אן מז"ט, מחוסר מקום...???.
אויכעט ווייל אן איש רמ"ד איז דער עורך ???
2. וויפיל מענטשען האבן אריינגעגבן נאר אן לע"נ און נישט! קיין מז"ט און מען האט יא ארייןגעלייגט אן מז"ט?? [ס'שוין יא דא פלאץ...].
אויכעט ווייל אן איש רמ"ד איז דער עורך ???
3. פארוואס דער וואס האט אריינגעלייגט [אהן צו בעטן] די עד'ס פין אלע מוסדות פין אויסלאנד האט נישט געלייגט אן לע"נ ??
אויכעט ווייל אן איש רמ"ד איז דער עורך ???
4. פארוואס האט ר' יהושע העלליר געפעלשט ר' משה האלבערשטאמ'ס חתימה??? [כפי שהודה בעצמו לפני הרבנית אשת רבינו זצ"ל, ביום ששי האחרון כשביקר בביתה ]
אויכעט ווייל אן איש רמ"ד איז דער עורך ???
5. פארוואס לייגט ר' בעריש אריין בילדער ין כל העולם כולו וואס זעהט אויס כאילו רב"צ זיצט אינמיטן אין פיהרט עס אהן , בשעת אלע ווייסען אז דער לויזענבורגער איז געווען דער וואס איז געווען אין געהאט דעם גאנצן אנטענשן???
7. רוף שנעל אהן ר' בעריש צו הערן וואס נאך לאקשן דער האט צופארקויפן.
8. פארוואס איז פרעה געווען קעניג אין מצרים??
אויכעט ווייל אן איש רמ"ד איז דער עורך ???
............
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 09/06/2005 22:24:18
נשלח ב-9/6/2005 22:33
איך מיין אז איך קען רוהיג ענטפערן "יא" אויף אלע דיינע קשיות...
יישר כח פאר מיך צו העלפן!
נשלח ב-9/6/2005 23:04
דוד יודע יעצט מיז איך זאגען אז דיין לעצטע תגובה איז געווען דער בעסטע און קליגסטע פון אלע
די קענסט נישט ענטפערען צי די זאך??
איך אליינס ווייס פון עטליכע פון מיינע חברים וואס מען האט צוגעלייגט צו זייער עדס אן זייער וויסן א מזל טוב צו ב"צ
און אזוי אויך ווייס איך פון די כיתות פון יונגעלייט וואס מען האט צוגעלייגט נעמען פון יונגעלייט און בחורים וואס האבען אפילו נישט געוואוס, און איך מיין טאקע אז אלעס איז ווייל יושע אשר איז עורך
רבותי!! עפעס שכל, עפעס נארמאלקייט!!!!
חוץ מזה - 95% פון באבובער עד'ס אין דער זשורנאל איז פאר ביידע - מהרנ"צ און מהרב"צ צוזאמען - און עס איז געווען טייל וואס האבן געלייגט באזונדערע עד'ס פאר ביידע...
פארגעס נישט - קיינער כמעט מאכט נישט זייערע אייגענע נסחאות, דאס איז דער אויפגאבע פון יהושע אשר - ער איז דער עורך - וועמען דען זאל איך באשולדיגען אויב נישט עם...
בעריש רובין טיילט נישט קיין דעות אויף דער זשורנאל - איין זאך וואס ער האט געהייסען ארויסנעמען איז - ממלא מקום אחיו - טאקע ענק נישט צו רייצען - אבער חלילה פארקערט???
האט ער געהייסען שרייבען "מהרנ"צ"
איך האב אויך אריינגעגעבען א עד - געזאגט איין ווארט - איך וויל א עד פאר ביידע...
איך קען דיך נישט זאגען דעם נארישען ביליגע לשון וואס יהושע אשר האט מיך צו געקלאפט - כ'האב געהאט אמת'ע ספיקות צו איך בין מחוייב צו צאלען- און איך האב געפרעגט מאטי פאסטען און ער האט מיך געזאגט אז יהושע אשר האט געשריבען מיין עד - ער שרייבט נאר דער לעצטע מינוט עד'ס - נישט מער...
איז אויף וועמען זאל איך יעצט האבען טענות???????
אודאי בעריש רובין - ער האט זיכער געהייסען ווי אזוי צו שרייבען מיין עד - מיט'ן מהרנ"צ אויסשפראך - פארדעם צאלט ער יהושע אשר - כדי אז ער זאל זיין ביזי מיט פאליטיק - און יהושע אשר שרייבט באמת נישט - ער ווערט נאר געצאלט צו זיין א קרבן....
חוץ מזה...
איז דאס דער זעלבער בעריש רובין וואס האט ענק געדינט די לעצטע 5 יאר???
ווער האט נישט דעמאלס געלאזט אויפנעמען 3 נשיאים???
ווער האט געגעבען דברי פתיחה פאר די גן איידים'לעך די לעצטע 5 יאר???
איז דאס דער זעלבע בעריש רובין???
נשלח ב-10/6/2005 01:42
לשיטתך ביזטו אפגעפרעגט, ווייל די אליין האסט דאך פריער געזאגט אז יושע אשר האט אלעס אריינגעגבן דעם לעצטע מינוט, נו אויב אזוי וואס איז מאטי פאסטענס דשאב