יעדעס יאר מאכט מען א מילכיגע סעודה כיד המלך, און שפעטער א פליישיגע סעודה, ווען עס קומט צו די פליישיגע סעודה איז שוין קיינער נישט הונגעריג, אין עס איז אבי צו יוצא זיין.
די שאלה איז צו מען קען מאכען א פולער סעודה מיט מילכיג'ס אין יוצא זיין סעודת יום טוב אן קיין בשר, זי זאגט אז עס איז דא חברטעס וואס טוען אזוי.
זי האט צוויי התרים, איינס ווייל מען האט שמחת יום טוב אויך פון געשמאקע מילכיגע מאכלים, און די צווייטע ווייל אין די אנדערע דריי סעודות עסט מען יא פלייש.
איז דאס אויסגעהאלטען?
נשלח ב-9/6/2005 22:51
איז נישט דאס מנהג אשכנז?
נשלח ב-9/6/2005 23:45
ניין, איך מיין זייער מנהג איז צו עסען ביינאכט.
נשלח ב-10/6/2005 00:47
רמב"ם פ"ו מהל' יו"ט הי"ח והאנשים אוכלין בשר ושותין יין שאין שמחה אלא בבשר ואין שמחה אלא ביין.
עיין ביאור הלכה סי' תקכ"ט ד"ה כיצד משמחן כיצד משמחן הקטנים וכו' והנשים וכו'. והאנשים בזמן שבהמ"ק היה קיים היו אוכלין בשר השלמים לשמחה וכדכתיב וזבחת שלמים ואכלת שם ושמחת וגו' ועכשיו שאין בהמ"ק קיים אין יוצאין ידי חובת שמחה אלא ביין שנאמר ויין ישמח לבב אנושאבל בשר אין חובה לאכול עכשיו כיון שאין לנו בשר שלמים ומ"מ מצוה יש גם באכילת בשר כיון שנאמר בו שמחה[כן מתבאר מדברי הב"ח וש"א] והמחבר שלא הזכיר בשר אזיל לשיטתיה בב"י ע"ש ולענין יין סמך על מה שהזכיר בס"א שצריך לקבוע סעודה על היין:
נשלח ב-10/6/2005 02:10
איך שרייב נאר פון זיכרון
לויט דעם שו"ע הרב איז נישט דא בזמן הזה א 'חיוב' אכילת בשר ביו"ט (דהיינו ושמחת בחגך אכילת בשר מיינט נאר מיט קרבן שלמים) אבער שתית רביעית 'יין' איז יא דא א חיוב דאורייתא.
לפי הרמב"ם עיקר סעודת יו"ט איז לאחר מנחה (משום שכרות). אין זיין לשון ווערט געברענגט אין שו"ע הרב.
(קען מען דאך עסען די מיליכגע מאכלים צום קידוש לאחר תפילת מוסף און דערנאך ווארטן ביז מנחה גדולה דאן מאכט מען דעם עיקר סעודת יו"ט בבשר ויין)
לויט דעם דברי חיים איז דא חיוב גמור צו עסען בשר בהמה (ולשתות רביעית יין) יעדען יו"ט (בכל יום ויום של יו"ט ואף בחוה"מ)
ליל ראשון של יו"ט איז דאך א גאנצע מחלוקה צו עס איז דא א חיוב שמחה בכלל ואכהמ"ל
פאר דעם איז נישט אויסגעהאלטן נישט צו מאכן בכלל א סעודה ביין ובשר אין יו"ט (ובפרט ביו"ט ראשון דאורייתא)
איך האב געהערט אז סאטמאר רב (וואס האט זייער מחמיר געוועהן צו ווארטן 6 שעה נאך קעיז) האט נאר גע'עסן דעם שפיץ פונעם מיליכיגער קרעפל כדי ער זאל קענען זיך וואשען צו דעם פליישיגע סעודה כרגיל.(מן הסתם האט ער געהאלטן אז בשר איז דאך מער וויכטיג כמובן)
פארוואס די היינטיגע אידען\אידענעס זיכען זיך ארויס צודרייען פון אלטע אידישע מנהגים דארף מען פאר דעם אן אנדער אשכול...
נו, ווער איז דער וואס קען עסען נאך אזא קונסט פארמעסט פון אונזערע נשים צדקניות
נשלח ב-10/6/2005 02:18
א"כ האב איך א געוואלדיגע פשרה -- אויסגעהאלטען סיי לויט הלכה און סיי לויט די אור אלטע מנהג אשכנז,
די סעודה ביינאכט א מילכיגע און באטאג א פליישיגע.
(אנטשולדיקט פאר אויסטרעפען אמעריקא..)
נשלח ב-10/6/2005 02:19
ר' מאירל פרימשלאנער האט געגעסען נאר א מילכיגע סעודה דער ערשטער טאג יום טוב.
און אזוי פירען זיך רבי'ס פון זיינע אייניקלעך.
באמת שטייט שוין אין "סדר היום" אז מען קען עסען נאר מילכיג, אויב דאס איז ביי איהם עונג יום טוב.
נשלח ב-10/6/2005 03:29
ישכ כח.
יוסי
מרן בעל ויואל משה זי"ע האט זיך באמת אזוי געפירט, בדרך פון זיין הייליגער טאטע דער קדושת יום טוב, וואס פלעגט ווארטען זעקס שעה אפילו נאך פשוטע קעז.
הגם איך האב אמאל געליינט אז דער ייטב לב האט נישט געווארט 6 שעה.
נשלח ב-10/6/2005 04:36
איינער ווייסט א מקור צו ווארטען נאר א האלבע שעה צווישען מילכיג און פליישיג?
אין שולחן ערוך שטייט אז מען קען גלייך עסען פלייש נאך מילעך, ע"פ קבלה ווארט מען א שעה, למעשה ווארט רוב וועלט א האלבע שעה.
נשלח ב-10/6/2005 04:50
איך האב אמאל געזען איך מיין אין ד"ח אז לענין זה הייסט שוין רוב אזויווי א שעה, דערפאר ווארט מען לפחות איין און דרייסיג מינוט, וואס דאס איז רוב פון זעכציג מינוט.