| נשלח ב-9/6/2005 22:55 |
|
| |
וועלעכע טיפ שוהל גלייכט איר צו דאווענען?
1. גרויסע חסידות שוהל בצוותא חדא מיטן רבין שליט"א. למשל תו"א, פאפא. סאטמאר, באבוב, בעלז, וויזניץ וכדומה.
2. גרויסע פאבליק שוהל אנעם רבי'ן שליט"א, למשל סאטמאר'ע/בעלזע/גור'ע שטיבלעך ווי דער רבי דאווענט נישט.
3. קליינע רבי'שע שוהל ווי א רבי פראוועט רעביסטעווע, למשל מונקאטש, ר' יחזקא' ראטה, קרעטשניף, סקולען וכדומה.
4. א קליין שטיבל אין א קעלער מיט קנאפע 2 מנינים, ווי דער רבי איז דער רב, שמש, גבאי, ראה"ק, מקוה איד. ווי למשל, פישפיק-לאדיין, שאשמאראג, הודו-נאנאש, וכדומה.
יעדע האט זיך מעלות אין חסרונות.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 23:16 |
|
| |
היינט קלויבן זיך רוב מענטשן אויס די שוהל ווי מ'האט די מערסטע BUDDIES, קיינער גייט שוין כמעט נישט היינט צו זעהן א רבי.
איך האלט אז סיז ליידער זייער UNFORTUNATE, אמאל האט מען געוויסט אז מ'פלעגט גיין דאווענען אין א שול ווי מ'קען זעהן ווי אזוי א רבי לייגט אראפ אן עבודה, היינט איז עס גענצליך אוט אוו סטייל.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 23:20 |
|
| |
זייער אסאך מענטשן, ספעציעל אין סאטמאר, האבן די פאלדע פילאסיפי, אויב סיז נישט "מיין" רבי אדער "מיין" קאמפאני, טאר מען נישט גיין צו יענעם, ווייל ס'קוקט אויס ווי מ'איז פוגע בכבודו פונעם אייגענעם רבי.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 23:23 |
|
| |
אנטשולדיגט, אבער די האסט פארגעסן די עקרי העקרים, די פאקטארן וועלכע שפילן היינט א גרעסערע ראלע ווי וועלכע רבי עס זיצט ביי מזרח וכדו'. איז דא קידוש צו מאכן? טשולענט? קוגל? אווערנייט? הערינג און ביר? און בעיקר, קען מען שוין קידוש מאכן ביים ליינען? דאס זענען די זאכן וואס מען קוקט ביים קלויבן א בית מדרש.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 23:43 |
|
| |
1. און 3. אויב איך בין א חסיד אדער אויב איך פיל לכה"פ א ווארעמקייט ביי דעם רבי'ן
צ.ב.ש. קרעטשינוף, טאהש, סקולען, א.ד.ג.
אויב נישט די דערמאנטע סיבה
איז פיל באקוועמער די קלענער שולן, וויניגער רעש, גרינגער צו טרעפן א געהעריגע זיץ/סידור/חומש/ספר פאר זיך און די קינדער.
אין די גרויסע שולן ביזטו א נומבער, אין די קליינע שולן איז יעדער מתפלל א יום זה מכובד מיט וועם מען רעכנט זיך, אפרישיעיט דו קומסט, א.א.וו.
מקוה-איד איך גיי נישט צו א רבי'ן וואס איך האב נישט גארנישט מיט איהם, נישט ווייל מען טאר נישט אדער עס איז א פגיעה, נאר ווייל כ'האב פראסט פשוט נישט קיין נערווען צו קיין שלעפערס נערווען קריכערס וועלכע איך האלט נישט אז ס'איז כדאי צו ליידן פון זיי...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 23:46 |
|
| |
א קליינע שוהל איז דאס בעסטע פאר א פשוטער שבת.
פאר א יומא דפגרי גייט מען אין א גרויסער שול אדער מען פארט צום רבי'ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 23:58 |
|
| |
איך גלייך צו גיין אין א גרויסע פאבליק שול ווען איך שטיי אויף שפעט, אזוי קען איך מיך אנרוקן ביי שמו"ע און זיך געבן אזא מיש אויס מיטן עולם, אן קיינער זאל באמערקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 01:09 |
|
| |
מיר איז איין חילוק, יא רבי, נישט רבי. זיי זענען אלע די זעלבע ווערד! דער עיקר איז אז זיי זאלן מיר נאר נישט קאליע מאכן מיינע תפילות פון ארויפגיין בשמי מרום.
איך גלייך א גרויסע שול ווי מען קען טרעפן חברים און גוטע פריינט זיך דורכצושמועסן א גוט ווארט. פארשטייט זיך אז נישט אינמיטן דאווענען.
אויך בין איך מקפיד צו זיצן נעבן דעם ארויסגאנג, אז אויב מאכט מען אן אפיל, בין איך באלד אינדרויסן... אזוי אויך אויב וויל מען מיר אנשייגעצן בין איך שוין אויף די אנדערע זייט...
און יעצט לאמיר זען אויב איך קען שוין שרייבן דא. און אויב יא וועל איך מיר מוזן אנשטרענגען און האקן תגובות רעכטס און לינקס, כדי אויסצופאלגן דעם מנהל'ס בקשה.
(איין זאך איז מיר אביסל שווערליך, וואס דער מנהל בעט אז מען זאל זיך פירן אויף א דיפלאמאטישן אופן. ווי קען מען זיך איינהאלטן און נישט רעדן ווי עס ברויך אויף אונזערע פירער/פארפירער???
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 04:11 |
|
| |
גארנישט קומט נישט צו א תפילה אין א בית המדרש פון א ערליכער איד.
סיי פאר זיך און סיי פאר די קינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 04:15 |
|
| |
פארמאגענדיג אן אבסעסיע מיט אבזערווירן Human behavior בין איך צופרידן ווען עס קומט מיר אויס צו דאווענען אין א פרעמדע בהמ"ד.
דארט הארט אונטערן לעצטען באנק אויף מעריב זייט שטעל איז זיך אוועק, און טאקע דייקא שטייענדיג, צו קענען בליקן וואס מער און וואס בעסער.
צו איז עס דער אינגל פארשפילט אין זיין קאר'עלע, דער אינגערמאן לאדענדיג דעם עולם צום זכור אדער צוויי שכנים העצן זיך אויפן לענדלארד פארן נישט פארעכטן די שטיגן; אלעס איז מלא טעם, יעדער אין זיין וועלט אריינגעטוהן, ס'איז דא אזויפיל צו אבזערווירן.
לכה דודי איז מיין פעווערעד פארט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 04:29 |
|
| |
איך גלייך נישט צו גיין צו אפט צו א פרעמדע קליינע שול [די פערטע מכה..] ווייל נאכער ווער איך משועבד, און אז איך קום נישט איינמאל איז איז דער רב\שמש\מקוה איד\ספרים פאקער מלא טענות אויף מיר.
די בעסטע איז חתונה צו האבן אינעם זעלבן שטאט... וואוינען נעבן ביהמ"ד פון אלס קינד... דארט קענסטו טון וואס די ווילסט, קומען ווען דו ווילסט, קענסט דיר אוועקגיין ווען דו וילסט, האסט נישט קיין שעבוד צו קיינעם יעדער קען דיך שוין.
אז איינער פרעגט דיך א ווארט שריי צוריק, למשל: ווער ביסטו?! ווער האט דיך געפרעגט?!
און.. דער עיקר: דאס איז שייך ביי אלע פיהר שוהל'ן, חוץ אויב אייער טאטע האט נישט געזען היידפערק און געגאנגען יעדע וואך אויסטרייען ערגעץ אנדערש..
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 06:29 |
|
| |
מקוה איד שרייבט:
"""היינט קלויבן זיך רוב מענטשן אויס די שוהל ווי מ'האט די מערסטע BUDDIES, קיינער גייט שוין כמעט נישט היינט צו זעהן א רבי.
איך האלט אז סיז ליידער זייער UNFORTUNATE, אמאל האט מען געוויסט אז מ'פלעגט גיין דאווענען אין א שול ווי מ'קען זעהן ווי אזוי א רבי לייגט אראפ אן עבודה, היינט איז עס גענצליך אוט אוו סטייל."""
---------
עס האט זיך טאקע געטוישט, אבער עס איז נישט אזוי סאך אז די מענטשן האבן זיך געטוישט, די רבי׳ס זענען די װאס האבן זיך די מערסטע געטוישט!
עס איז נישט "אוט אף סטייל"
עס איז מער "אוט אף סטאַק"!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 06:35 |
|
| |
SHIA550
דער עיקר איז טאקע דער טשולנט.הערינג.זיץ.עלייה.בויכוויייג.מקווה.ברעטל.חומש.שכנים.הכנות.ווייכע האנטוכער.לופטיגער ביה"כ.פריינטליכער שמש.ביליגע וויין פרייזן.
אבער סדא נאך אפאהר קלייניקייטן
דאווענען און שיעורי תורה
געזעהן א מאהל א טאוול אין א שוהל
if you come here to talk, where do you go to daven?
אבער שטערט אייך נישט רבותי, ס'געווען א מאדערנע שוהל, סמיינט נישט אונז.
יחי הפאטעטא קוגל!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 10:15 |
|
| |
עס איז מיר א פלא, אז קיינער צייכנט נישט אן אז דאס איז א אלטע און וויכטיגע שאלה אין הלכה.
על פי הלכה דארף מען גיין דאווענען אין די גרעסטע שול אין שטאט, אלס "ברב עם הדרת מלך".
אבער עס זענען שוין פאראן ראשונים וועלכע שטעלן אוועק כללים ווען מען מעג יא גיין אין א קליינע שול.
דער ערשטער איז דער רדב"ז (כמו ראשון) וועלכער פסקנ'ט אז מען מעג גיין דאווענען אין א קליינע שול, אויב דאס דאווענען אין א גרויסע שול שטערט צו די כוונה, וכדו'.
עס איז דא דערין אן אריכות גדול אין די פוסקים, לגבי יעדע מצוה וואס מען דארף טון בציבור.
אויף וויפיל איך געדענק, האט דער רדב"ז נישט מתיר געווען אוועקצוגיין צוליב א שטיקל קוגל.
אבער ווער קען וויסן היינטיגע צייטן...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 12:03 |
|
| |
פרייטיג צו נאכט אין א קליין שוהל ווי מ'דאווענט צ'יק צ'אק, אבער מיט כוונה.
שבת צופרי אין א גרויסע שוהל ווי מ'קען זיך אריינגליטשן ביי חזרת הש"ץ / ליינען.
איך דאווען פרייטיג נאכט ביי א אשכנזישע-מזרחי שוהל, ס'איז זייער געשמאק דארט, מ'רעדט נישט ביים דאווענען, ס'איז דא דארט זייער אסאך בלעטלעך צו ליינען, ווי למשל "שיחות השבוע" "שבת בשבתון" "OU תורה בלעטעל אין ענגליש" און נאך.
קבלת שבת זינגט די גאנצע שוהל צו זאמען ווי א קאפעליע.
פון ברכו ביז ויכלו נעמט אפשר צוויי דריי מינוט, און נאכדעם זינגט מען ווייטער ביז נאך אדון עולם.
שבת צופרי יוזשעלי דאווען איך ביי "יואליש קרויס" אדער ביי "הרב מארגענשטערן" אדער אין סאטמאר "ויואל משה" דאס איז די נענסטע צו מיין הויז נאכן וואקען 35 מינוט.
|
|
|
|
|