בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

שלמה כהן - הנה לא ינום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2005 06:42 לינק ישיר 
שלמה כהן - הנה לא ינום

א נייע ניגון קאמפאזירט דורך פינקי וועבער
מוזיק דורך רובי באנעט
http://www.hassidinews.com/hine.mp3



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/6/2005 07:30 לינק ישיר 

מיין אנאליז:

ווייניג סינגעלס וואס קומען ארויס זענען באמת געלונגען, מקען זאגן כמעט אלע (חוץ עלה קטן שלי פון אברהם פריד למשל) זענען נישט מצליח און בלייבן שטעקן, דאכט זיך אז קיוויתי ד' פון שלוימי כהן איז נישט אנדערש

פערזענליך בין כנישט קיין גרויסע חסיד פון שלמה כהן, הגם זיין ערשטע טעיפ למעלה איז געווען זייער גיט צאמגעשטעלט מיט אפאר שטארקע ניגונים גיטע מוזיק און גיטע כאור, בין כנישט משוגע געווארן פאר זיין דינעם קול, בכלל האב איך אים סאך בעסער ליב געהאט אויף חיים באנעטס טעיפס ווי למשל מכניסי רחמים און אנדערע

הערנדיג דעם נייעם ניגון הנה לא ינום באמערקט מען שטארק אז ער איז שוין היינט סאך מער עקספיריענסד און איז באמת שולט אויפן ניגון ווי סדארף צו זיין, ער האט די זאך אין די הענט און פירט דעם רעדל, זיין קול איז שוין אויסגעארבעט און ער זינגט דאס זייער גיט

די ניגון אליין איז נישט שלעכט, אבער קיין סאך מעלות קען מען אויך נישט טרעפן, סהייבט זיך אן מיט כאור וואס זינגט א שטיקל הקדמה מונה סטייל (גאנץ זיכער נישט פון פינקי), דערנאך הייבט שלמה כהן אן הנה לא ינום ולא יישן, שומר שומר ישראל, נאכדעם קומט אזא מיטעלע פאל ווי ער זינגט הארציג לישועתך קיוויתי השם, און נאכדעם די הויעכע און שענסטע פאל ווי ער גייט צוריק צו הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל

סאיז א טיפיקל סטייל חסידישע לעבעדיגע ניגון, די תנועות זענען די זעלבע איבערגעקייעטע פון די לעצטע פאר יאר און מקען שווער טרעפן עפעס שטארקע שטיקלעך, פינקי האט אריין געלייגט אפאר קנייטשן סזאל נישט זיין סתם נאך א ניגון, למשל די צווייטע לישועתך קיוויתי השם און די פאר מאל קיווויתי, אבער די בעסטע און אינטערעסאנטסטע איז מסתמא די שומר שומר שטיקל ביי די הויעכע פאל, סאיז זייער צוגעפאסט פאר די פארענטשעס ווען מכאפט זיך אן ממאכט צו די אויגן און מהייבט זיך אביסל..

די מוזיק פון רובי באנעט איז אויפן פשוטן שניט ווי די מוזיק לויפט נאך דעם ניגון, די אנהייב און אסאך אנדערע שטיקלעך זענען געהעריג געשטיקעלט פון אנדערע אראנדזשירונגען וואס ער האט געמאכט (בעיקר ענדלט עס שטארק צו זיין מענדי דזשערופיס ארץ אשר תמיד), אויף אפאר פלעצער איז די טרומפייטער ממש געפערליך ווי סשרייט אריין אין אויער אן קיין טעם אבער דאס האט לכאורה אויך אסאך צוטון מיט די מיקס, סך הכל האט ער גארנישט מחדש געווען

די כאור איז גראדע יא זייער שיין, סמישט נישט אריין ווי סדארף נישט און האלט זיך אין די ראמען, ווי געזאגט איז עס מונה סטייל אבער זייער צוגעפאסט, די שטיקלעך ווי זיי זינגען צוזאמען מיט שלוימי איז ספעציעל שיין און אוודאי אויך די הארמאני

סהייסט אז די ניגון גייט זיין אינעם קומענדיגן טעיפ וואס מארבעט שוין אויף דעם פלייסיג, סארבעטן מונה ראזענבלום מיט רובי באנעט צוזאמען, ממילא וואלט איך פערזענליך ענדערש געווארט אויפן גאנצן טעיפ אבער אויב זענט איר הונגעריג נאך עפעס פריש יעצט נאך ספירה און איר גלייכט שלמה כהן, דעמאלטס וועט איר זיכער הנאה האבן דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/10/2005 07:14 לינק ישיר 

די גאנצע טעיפ (נישט בלויז די סינגל) איז שוין ארויס געקומען ב"ה, סוועט בקרוב אין די קומענדיגע טעג זיין צו באקומען אין די געשעפטן אין ניו יארק

חוץ פינקי וועבערס אויבנדערמאנטע הנה לא ינום איז דא פון אים נאך א זייער געלונגענע הארציגע ניגון אויף השבת נועם הנשמות, מבינים זאגן אז בלויז פאר דעם ניגון איז דער גאנצער טעיפ שוין ווערט געווען, אויך די אנדערע ניגונים קען מען נישט אוועקמאכן, בקיצור א געלונגענע טעיפ

ווי נאר כוועל האבן מער פרטים אדער א שטיקל קליפ וועט מען מהנה זיין דעם עולם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/10/2005 22:08 לינק ישיר 

http://s57.yousendit.com/d.aspx?id=2G372NATCHAG318RYORWGZVUQO



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 16:55 לינק ישיר 

שיינע דעקל





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > שלמה כהן - הנה לא ינום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext