בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נאך די ספירה טעג, שירה אדער המזמרים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/6/2005 21:40 לינק ישיר 
נאך די ספירה טעג, שירה אדער המזמרים?

(דאס האב איך שוין געשריבן אונטער א אשכול וואס האט גערעדט פון בית לפליטות דינער, און דאס האט נערווירט דעם עולם, מיינענדיג אז שוין ווידער איז אפגעהאלטן געווארן א דינער לטובת דעם וויכטיגן מוסד. דעריבער עפן איך ווידער דעם אשכול. און איך בעט דעם מנהל אויסצומעקן דעם אלטן. מיט דאנק און אנטשולדיגונג)

די ספירה טעג האבן זיך נארוואס געענדיגט, יעדער פאקט שוין אוועק די ספירה טעיפס אין די ספעציעלע טעיפ-האלטערס, און ווער קען דען הערן די טעיפס ווען עס איז שוין ענדליך ערלויבט צו הערן מוזיק-שפילענדע קאסעטעס?

די קאמפאטישען פון שירה און המזמרים גייט אן אין גרויסן, יעדער זוכט אריינצוכאפן ווי מער קונים, און מ'איז גרייט צו לאזן אריינפליסן געלט אין מאכן טעיפס וואס וועט נישט ברענגען קיין גרויסע געלטער אבער פון די אנדערע זייט איז דאס א גוטע עדווערטייזינג.

פארגאנגענעם יאר זענען מיר באשאנקען געווארן זיך צו דערקוויקן מיט א טעיפ פון המזמרים. דעם יאר האט זיך מיין אויער געדרייט פון די שירה טעיפ, וואס האט נישט אויפגעהערט איבערצוזינגען נאכאמאל און נאכאמאל ביז דער טעיפרעקארדער האט זיך צעבראכן. כן יאבדו...

בין איך נייגעריג צו הערן פונעם עולם, ווער פון די צוויי הארמאנישע כארס זענען בעסער און מער טויגלעך?

מיין מיינונג איז, אז זיי זענען ביידע כמעט אייניג. אבער פארט געב איך אביסל מער פארצוג צו שירה, טראץ וואס איך קען פערזענליך חילי'ן.

וואס איז דיין מיינונג?

דאס איז וואס פדן_ארם האט געשריבן:

עס װענד זיך װאספארא סארט מוזיק מען האט ליב.

לעבעדיגע מוזיק איז מזמרים די בעסטע

פאר שטאטע אדער װארימע ניגונים איז שירה עטװאס בעסער



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2005 22:36 לינק ישיר 

קיין איינס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2005 22:40 לינק ישיר 

קוטשמע

די ביסט דאך א ליפא פען, פארשטייט זיך אז ווער עס האט ליב ליפא האט נישט ליב די חסידישע קאפעליע'ס.

איך האב מער ליב שירה פאר א קאפעליע, אבער קיינער קומט נישט צו חילי פאזען.

תוקן על ידי - shia550 - 12/06/2005 22:43:00



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נאך די ספירה טעג, שירה אדער המזמרים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext