קוים טאג, און די קינדערלעך פארפירן...
דער נאכט האלט נאכנישט ביים אויפגעבן, דער גאס איז נאך גאנץ פינסטער דער עולם איז אין א טיפן שלאף, מ'וויל זיך אויסרוען און שעפן כוחות אויפסניי. עס קומט א פרישן טאג מיט פרישע פראיעקטן וואס ברויכן געלייזט ווערן. צוביסלעך הייבט דער זון אן אריינצושיינען, און טוט ברענגען א לעכטיגקייט אינעם וועלט. אין דעם צייט פון יאר ווען דער טאג ווערט פריער און פריער (און שבועות איז דאס בלויז א מעלה, וואס אזוי ענדיגט זיך דער נאכט אביסל שנעלער) גלוסט זיך נישט ארויסצושפרינגען פון בעט, און מען וויל נאך אז דער גוף זאל קומען צו זיך און האבן כח צו דינען איר באשעפער.
דא קום איך צו מיין פראבלעם. איך בין באשאנקען געווארן מיט א שטוב פון לעכטיגע קינדערלעך, און פונקט צופרי זענען זיי עפעס געפערליך בזריזות, אבער זיי מאכן זיכער אז מען הערט דאס אריבער אין מיין שטוב. צומאל איז דאס אויף א רואיגן אופן, אבער ס'רוב מאל איז דאס אויף די העכערע טענער. און וויפיל איך רעג זיך, העלפט דאס פונקט קאפויער, און דער שלאף ווערט שנעל צו'גערויבט פון מיר.
מיר שטערט צוויי זאכן. 1) איך וויל זיך אויסרוען. 2) עס פאסט נישט אז די קינדער זאלן זיין אויף פאר מיר...
איך האב שוין פרובירט זיי צו לייגן שפעטער, אבער ווי אויף צו להכעיס, ווייסן זיי פונקטליך דעם זייגער און שטייען אויף נאך פריער. און איך דריי זיך ארום אן א קאפ דעם פאלגענדען טאג.
יעצט שבועות פלאן איך זיי צו נעמען צום תיקון. וואס פעלט מיר אז ביים עלות זאל איך זיך אראפלייגן, און א דריי שטונדען שפעטער זיך מוזן באפארן מיט זיי???
 |
|
|