| נשלח ב-15/6/2005 07:26 |
|
| |
מיכל יאקסון וואקט; וואס איז אייער מינונג
ווען אינז זענען געשטאנען אין מקבל געוועהן די תורה, האט מייקל דשעקסאהן מקבל געוועהן די בשורה טובה (פאר עם) אז ער איז נישט געטראפן געווארן שילדוג אין דאס וואס מ'האט עם אנגעהקלאגט.
האלט איר אז די יוסטיס סיסטעם ארבעט אדער איז עס קאפויע?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2005 08:09 |
|
| |
אין אמעריקע איז דא א כלל, גילטי אנטיל פראווען סעלבערעטי
יעצט פארשטייסטו שוין אלעס?
אגב, אין בית המדרש האב איך שבת געהערט אז די יונגעלייט רופן אים ר' מיכאל יאנקלזאן, איך מיין דאס איז מער אידישליך...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2005 08:19 |
|
| |
לויט ווי איך האב געליינט די קעיס, מיין איך, אז ער איז אומשילדיג. נישטא קיין ערענסטע קלאגעס, זיך אנגעכאפט אויף גראדע ווענט.
אויב וואלט ער יא באשולדיגט געווארען, וואלט עס ביי מיר געווען אן אינסאלט צו די אמעריקאנע חוקים וואס באמת האלטען נישט ווייט פין חוקי סדום.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2005 17:42 |
|
| |
אויף סי ען ען האב איך געהערט נאך א גוטן אויסדרוק
"not guilty, by reason of celebrity."
בארא פארקער איז כשר גערעכט, אזעלכע מענטשן דארפן באקומען פראפעשאנעל הילף און נישט געשיקט ווערן אין תפיסה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2005 17:51 |
|
| |
הלו!
דאס איז אייערע קבלת התורה? מיט דעם ענדיגט מען דאס הייליגע יו"ט?
איך פארשטיי אז ביי אייך גייט מען נעגסטן יאהר זינגן, אנשטאט דעם אהבה רבה ניגון אין שבועות, עפעס אניגון פון דייער בהמהנע גוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2005 19:17 |
|
| |
סים: טשיל אויט, נייעס הוא ולגלוש אנו צריכים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2005 20:44 |
|
| |
סים
מה קרה?
נשתעגעת?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2005 03:34 |
|
| |
מיר האט פארציילט אן עלטערע איד ווס וואינט אין די וועסט סייד, אז פאר א שיינע פופצען יאהר צוריק, איז דער רבי ר' מייקעל אהנגעקומען אויף שמחת תורה צו די קארלבאך מנין, און די אלטע יענקיס דארט האבען געשמועסט, אז ער איז געקומען קויפען כל הנערים......
עניוועיס, מיין איך אז ס'איז א שאד אז מ'האט איהם נישט געכאפט ביי זיינע אמת'ע שקצות, וואס יעדע וואס האט מיטגעהאלטען דער קעיס פארשטייט אז אין דעם קעיס איז ער באמת אומשולדיג, אבער.....
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2005 06:22 |
|
| |
קוטשמע
ביי וועלכע דבור פון די עשרת הדברות האסטו דיך דערמאנט פון איהם.
סתם נייגעריג
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2005 19:23 |
|
| |
אוי, באטשי טייערע, ביי "ומתפנקין ורוויה" אין די אקדמות.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2005 21:45 |
|
| |
Only in America can a poor black boy grow up to be a rich white woman
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2005 17:57 |
|
| |
אין ישיבה פלעגט אויך זיין אזאלכע וואס זענען געווען "אבסעסד" מיט וועלכע בחורים האבן מיט וועמען.
אז די פרעגסט היינט די בחורים וועלן זיי דיר זאגן אז רוב מאל איז דעיס געווען פשוטע ליגענט! דער וואס האט אזוי געוואלט האט גע'דמיונ'ט אז אזוי איז געווען!
איך גלייב די זעלבע איז מיט דזשעקסאן. די פראסעקיוטער איז געווען אזוי פארטאן מיט דעם, אז ער האט דאס עכט געגלייבט. ווען איך זוץ אויף דעם זשורי וואלט איך אויך געוואויט נאט גילטי.
|
|
|
|
|