איך האב שוין לאנג מעורר געווען די חשובע באבובע חסידים אז אויב זיי פארמאגן אזא שיינע ק-ה רבון עלם, זאלן זיי עס ארויסגעבן צו די גאס און נישט באהאלטן פאר זיך.
כידוע זינגט עס דער עולם פאלש, און די ריכטיגע תנועות וואס ברענגט ארויס די טיפע כוונות און ערקלערט אומצוויידייטיג די טיפסטע אידישע נאסטלעגיע צום גאולה שלימה "איי איי איי פרוק ית ענך מפום אריותא", קען מען בלויז הערן פון א באבובער בעל יכולת.
נישט איינמאל ווען איר שפאצירט געמיטליך פרייטאג צונאכטס צום זכר ווערט איר צוגעשמידט צום סייד וואלק הערנדיג נעימותדיגע אויסגעמישטע קלאנגען פון תינוקות של בית רבן ביים טאטנס טיש זינגענדיג די קה רבון עלם ניגון.
אין איין ווארט איז איז דער ניגון פון קה רבון עלם פשוטע פירוש המלות, עס ברענגט ארויס די פשוטע פשט וואס מיר פארלאנגען פון אבינו אב הרחמן. א ניגון מיט אלע פיטשיווקעס.
נאר מה נעשה אז זדים קמו עליו, צוליב די הארציגע תנועות איז דאס ליידער אריבער צום סיטרא אחרא, און ביי פילע טעיאטערס פלעגט מען עס זינגען.
און די פארשפרייטע נוסח איז טאקע דאס וואס די פורקי עול האבן משנה געווען, א ירידה לצורך ירידה, נישט פראקטיש, און אויסדרייענדיג דעם ניגון האבן זיי אויך אוועקגעדרייט די ריכטונג פון די שינעס צו וואו די ניגוון האט געצילעוועט.
יעצט הער איך פון קראנטע מקורות אז דער בקשה איז ב"ה ערפילט געווארן און מען הערט שוין פאזיטיווע אנטוויקלונגען אין דעם הינזיכט.
פישל בייגל? עקזיסטירט בכלל אזא נאמען?, די אינפארמאציע האב איך באקומען אז ער גיט ארויס יעצט א טעיפ וואס וועט ענדליך אנטהאלטן דעם לאנגערווארטעטען באבובער קה רבון עלם
דער זעלבער קוואל גיט אבער אויך איבער אז ביי למקדשך טוב וועט עס נאך אלץ נישט זיין אקוראט גענוי די ריכטיגע קנייטשן, אבער יהיה לו אשר לו. מיר אלע ווארטן אויף עס.
ווייסט איינער מער אינפארמאציע?
נשלח ב-16/6/2005 16:46
פישל בייגל איז א באקאנטער באבובער אינגערמאן, ער זינגט אויף אסאך פון די מחנה שלוה טעיפס, מקען אים אויך הערן אויף די היימישע אידישע געזאנגען סעריע און אנדערע סוקי+דינג פראדוקשאנס
אהלי, די נייע טעיפ וואס די רעדסט איז א באבובער טעיפ?
נשלח ב-16/6/2005 16:50
רוב זיכער.
נשלח ב-16/6/2005 17:00
נו וואס פילסטו אן א האלבן מויל מיט וואסער?
גיב ארויס נאך וואס די ווייסט
נשלח ב-16/6/2005 17:34
There is only one person that would really know what the story is if there really is a new Bobover album in the works and that's Happyjew,,, mazal tov BTW to the entire Happyjew family!
If anyone knows a badchan by the name of Shulim Kessler,, he can tell you the correct version of ''Ku Ribon Oilom''
נשלח ב-16/6/2005 17:50
זיידיאנטשי טייערע, מיין מקור איז טאקע מוסמך אבער נישט ערשטהאנטיג, איך ווייס נישט צופיל פרטים, עס דרייען זיך דא אזאלכע וואס וועלן וויסן פונקטליכער, יעצט הער איך אז משה גאלדמאנס לא תחמוד וועט אויך געזונגען ווערן דארט.
לאמיר הערן פון אנדערע.
נשלח ב-16/6/2005 18:39
דערווייל אויף פישל'ס טעיפ:
קה ריבון
לֹא תחמוד
אזי בשלישי
You've got to hear this
עס וועלן זיין נאך אי"ה
דעם טעיפ האט מען אנגעהויבן א פאר יאר צוריק
און געמאכט א גרויסע פויזע
דעם זומער איז אין פלאן ווייטער צו ארבייטן.
אגב: עס קומט ארויס בקרוב אן אנדערע טעיפ וואס וועט אויך האבן דעם קה ריבון אויף עס. אבער איך וויס נישט אויב עס וועט זיין געזינגן אין גאנצען דעם באבובער וועג.
נשלח ב-16/6/2005 18:55
To Bflat
Fishel's tape is not connected with the Sheerie Shloime series - Borchieny and Hasheeviem
if that's what you where referring to
Which are only nigunim from
מרן מהר"ש זצ"ל
Fishel is making his own tape and is picking the nigunim himself from where he wants
תוקן על ידי - happyjew - 16/06/2005 18:56:08
נשלח ב-16/6/2005 19:10
Thats great and I'm sure you'll keep me posted as to anything that might interest me....