| נשלח ב-17/6/2005 20:53 |
|
| |
ויהי בימי קציר חטים.....
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1422530
----------------------------------
tivlev
כפי ששמעתי מאחורי הפרגוד
מערכה קשה הוא בדרך ויש חשש שיאסרו לאכול מצות בפסח הבעל"ט,
מי שיודע פרטים נא להודיע.
TIVLEV
4:52 16/6/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
יושר101
השאלה היא פשוטה מאד, ופליאה נשגבה למה לא התעוררו בה עד עכשיו, והנה אכתוב בקיצור, ובאם יהיה לי עוד פנאי אכתוב יותר באריכות..
החטים לאחר שנקצרו אם ירטבו במים הדין פשוט שיש עליה חשש חימוץ, וכתב המחבר בשו"ע שאפילו כשהוא עדיין מחובר לקרקע, אם נתייבש כל צרכו, ואינו צריך עוד לקרקע, וירדו עליה גשמים, אסור להשתמש בה למצות.
הפנים מאירות חולק ע"ז והד"ח דחאו בשתי ידים.
בכל העיירות של פעם, היה קפידה גדול לקצור לפני שיבשו החטים.
באמעריקא משתמשים עם combine, שא"א להשתמש בה אא"כ נתייבשו החטים מאד מאד. ולכן יש שאלה שהרי אין מקפידים כלל שלא ירדו עליה גשמים.
תוקן מפני שגיאות כתיב.
14:48 16/6/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
הייתי אתמול במסיבה שת"ח רבים השתתפו בה, והמדובר היה אודות החיטים הללו, ואע"פ שלא הבנתי כל הצורך מחמת מיעוט ידיעתי, אולם הבנתי שרובם או כולם היה דעתם נוטה שמה שעושים עד עכשיו הוא הדרך הישר והראוי, ואין צריכים לשנות כלל, ואחד מהם (שיש לו מסורת בדבר מפי גדולי ההוראה מדור הקודם) אמר: שמי שיש לו איזה ידיעה בנידון, יודע שאי אפשר לעשות אחרת ממה שעושים עד הנה.
בענעדיקט16
17:13 16/6/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
אין ספרים געשעפט איז דא צו באקומען א ספר מיטען נאמען "קציר חטים".
דער ספר איז געדריקט געווארען דאס יאהר, און טאקע אויף דעם שאלה פון די ווייץ פאר פסח.
דארט איז מבואר אזויווי יושר שרייבט דא איבער מיר.
אויב איז דער בעל מחבר גערעכט, (וואס זיין ספר איז באמת געשריבען געווארען בטוטו"ד,) דעמאלטס ווארט פאר די רבנים המכשירים א גרויסע סורפרייז.
איך האב געהערט פון א רב א חבר מיינע, אז ס'איז געוועהן א גרויסע אסיפה פון אלע רבנים בענייני כשרות, און זיי האבען מחליט געוועהן אז "שלא להוציא לעז" אויף די לעצטע פופצען יאהר וואס "מ'פארלאזט" זיך אויף געוויסע קלות הדעת'ן, האבען די רבנים מחליט געוועהן אז די ווייץ איז לית בה פקפוק כלל וכלל.
זעהט אויס אז מ'רעדט פון די זעלבע רבנים וואס האבען מחליט געוועהן אז די עירוב איז פסול כמאז ומקדם, און אז די וואסער איז כשר כמאז ומקדם.....
לאמיר זעהן וואס וועט געשעהן נעקסטע יאהר ר"ח ניסן, אוב ס'וועט אהנקומען א בריוו פון רב אלישיב אדער ר' חיים קנייבסקי, אז הירא את דבר ה', זאל זיך מונע זיין פון נוצען די מצות א גאנץ פסח, און עכ"פ פאר די מצות מצוה, זאל מען מהדר זיין כשיטת הד"ח.....
אפשר וועלען די רע/בנים דאמאלטס זעהן אז די עולם איז נישט גולם.
שלמהברוך
תוקן על ידי - jid_613 - 17/06/2005 21:35:14
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2005 21:57 |
|
| |
לידיעתבם
כמעט אלע פסח'גע ווייץ אין אמעריקע זענען תחת השגחת הרה"צ ממעזשיבוזש שליט"א.
ווער סוויל עפעס אנדערש זאל זיך שוין אהנהייבן צו קראצן
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2005 18:25 |
|
| |
איז דאס אזא פראבלעם צו מאכען אנדערע ווייץ?
פארוואס האט נאך קיינער נישט געמאכט ביז היינט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2005 18:46 |
|
| |
ר' באטשי,
לידיעתך,
ניטאמאל 10% איז בהשגחתו
די איינציגע בעקעריי מיט זיין השגחה איז די פולישע בעקערי
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2005 20:28 |
|
| |
verbeenich
מ'רעדט פון ווייץ, נישט בעקערייס
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2005 21:28 |
|
| |
באראפארקער
ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו מאכען אנדערע ווייץ,
ס'איז שוין עטליכע יאהר וואס די פאפא מצה בעקערי אין ווילי, פארקויפט מעל פון א"י, פאר דער וואס איז אינטערעסירט.
בכלל איז אלע יארען ביז היינט געוועהן צו באקומען מצות אין אלע גראסעריס פון פארשידענע בעקעריס פון א"י.
חוץ פאר דעם, אוז שוין אסאך יאהר וואס ס'איז דא מחמירים על עצמם, און זיי גיין ארויס שניידען אליין די ווייץ, (און פארשטייט זיך ער דארף ענדיגען אלע אנדערע מלאכות....), און אזוי קען ער שניידען פאר ס'איז נגמר בישולו.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2005 21:30 |
|
| |
צבי,
איך רעד אויך פון ווייץ
ווער עס ווייסט שנייט א יעדע בעקערי באזונדער זייער ווייץ
און קיין שום בעקערי האט נישט זיין השגחה אויסער די פוילישע בעקערי
פאר סאטמאר פלעגט שניידען ר' אלי דוד טירנויער ע"ה
פאר שאץ פלעגט שניידען דער וואידיסלאווער רב ז"ל
פאר פאפא פלעגט שניידען פאפא רב ז"ל
און פאר די פוילישע פלעגט שניידען סאדאוונער רב ז"ל צו עים פלעגט זיך צו טשעפענען רב ביק ז"ל.
אלע פלעגען שניידען און זייערע גבולות (יא ס'איז געווען גרעינעצען און היינט איז אויך דא)
און היינט פארט פאר סאטמאר ר' יעקב ברוך טירנויער נ"י ואתו עמו ר' זושא כ"ץ שליט"א
און פאר שאץ פארט ר' יצחק שטיין נ"י
און פאר פאפא פארט ר' אהרן גרינוואלד שליט"א
און פאר די פוילישע פארט רב ביק
יעצט גיי רעכען אויס וויפיל פראצענט שמורה מצות די פוילישע בעקערי פארקויפט.
תוקן על ידי - verbeenich - 20/06/2005 21:47:15
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2005 01:34 |
|
| |
verbineech
די פוילישע בעקערי ביילאנגט היינט פאר ברוין. ער האט די איינציגע מיהל וואס איז נאר פאר פסח. מדארף דאס נישט קאשערן.
יעדער נוצט זיין מיהל, אין איך מיין אויך אז ער האט א קארטעל אויף די ווייץ
פרעג דיך נאך ביי די בעלי הבעקרייען.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2005 07:54 |
|
| |
אויב ער האט ביז היינט נישט האבען קיין קאמפעטישאן וועט שוין זיין איבערסיאר א נייע.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2005 16:48 |
|
| |
לכבוד ר' באטשי שליט"א,
קודם די ווייץ און יעצט די מיהל.
יעדער נוצט זיין מיהל,
גם זה שקר, לא דובים ולא יער, איך קען נישט אריין גיין און קיין דיטעילס, אבער אזויפיהל קען איך דיר זאגען אז סאטמאר נוצט די אייגענע מיהל פאפא און שאץ נוצען א אנדערע מיהל.
איך בין גראדע זייער באקאנט און דעם הלוך ילך פון די שמורה מצה בעקערייען.
|
|
|
|
|