21:52 19/6/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
אללעס פין מקור אמת- ליינסט און האטס הנאה!
די וואך שבת אין 48 איז געווען אן תשעה-באב, ס'האט זיך אהנגעהויבן פאר'ן זמן ווען מ'האט בפקודת קדשו פינם ראש בית דין [לשיטתם-ולשיטתנו הוא שופט בלע"ז] געמיזט אוייפהענגען די צעטלעך פונ'ם פארלוסט אין קאורט אין בימ"ד הגדול, מ'האט טאקע אויסגעפיהרט 'עד כאן דברי השופט, אולם הבי"ד עוד ידון בעניין הקעמפס, ושמה יה' בהצלחה, כמו שאנו רואים הצלחה עד היום' - יעדע ווארט פירוש איז איבעריג.
דער המשך איז געווען ביי קבלת שבת, וואס אזא ליידיג בימ"ד האט מען שוין לאנג נישט געזעהן, ביזוי בזיונות, דא האט נאכמער פארשטארקט דעם עצבות [וויסענדיג ווי דאווענען די מענטשען פון די ליידיגע זיצפלעצער].
ביים טיש ליל שבת איז געווען אן שרעק ניטעמאל 1 פילע פארענטשע, ס'האט אויסגעזעה ווי אן בית הקברות, 6 ארימע פארענטשעס, מיט 10 שורות זיצפלעצער, און אפשר 20% פיהל, נעבעך.
אינדערפרי פארן דאווענען, אין פלאץ פין שיעור אין דברי חיים א שעה, דער וואך נאר אן האלבע שעה, מיט די פארקלעבטע אויגן האבן זיך אהנגערוקט דארט נאך שטארקע סטראשונגען ר' ח"ד בלום, ר' נ"מ גערמאן, מיט רב"צ בלום- דיין פון לונדון, מ'האט זיי ספעציעל אויסגשטעלט לעבן אויבן אהן אויף א סעפערעיט באנק אז אלע זאלן זיי זעהן, און גלייבסט מיך זיי האבן נישט אויסגעזעהן בעסער ווי מען וואל זיי געלייגט ביי די פענסטר'ס פון מעיס'יס איןמאנהעטן,
שפעטער ביים דאווענען האט דער עולם שטארק גשישקעט צווישן זיך, צולייגנדיג אן אויער צו אן קיפקע פין עלטערע בעה"ב הער ווי איינער דערציילט "איך האב זיך געבעטן ביי זיי , גייטס נישט אין קאורט- גייטס צום דין תורה" - צו א וואנט האב איך גערעט, דערציילט ער, זאגט א צווייטער "ענק ווייסן גאהרנישט וואס מען האט דא פארלוירן!!"- קאנטראל אויף אלע! מוסדות, נעכטן די קעמפס היינט די חדר און מארגן די מתיבתא און ווער ווייסט צו נישט......דער ביהמ"ד -זאגט ער שטילערהייט..
זאגט א דריטער, א פלא אז זיי האבן געהאט אזיין ריזן עולם יו"ט שבועות? ווייל אונז פיהרן מיר זיך אויף ווי חיות, קוק אהן דער יעקי שטיהל 'איך' האב מורא פין עם! איז דאס נארמאל? איז דא נישט דא קיין גבאים? נישטא קיין שמשים? נישטא קיין רב? יענקי שטיהל ווארפט וועמען ער וויל, כאילו ס'איז דא הפקר וועלט!! א פלא אז דע עולם אנטלויפט???
זאגט דער פערטער, ביי אונז האט מען 50 יאהר קיין מלמד נישט ארויגעווארפן!!!!!!!!! מ'האט מקריב געווען הונדערטער קינדער כדי נישט צו ווארפן קיין מלמד, און וועגן דעם 'איינעם' [רמ"ד] ווארפט מען "דריי" !!! מלמדים אין 1 וואך?? הרי זה דרכנו? דאס איז באבוב?
זאגט צוריק דער ערשטער, איך גיי מיך הענגען א צעטל אויפן בויך "לאך נישט פין מיר - איך בין א 45 חסיד", יא איך שעם זיך 'אונז'זעמיר אן באנדע בהמות און זיי זענען 100% נארמאלע מענטשן, יא ! מיר זענען חיות! מיר ווארפן מיר שלאגן מיר לויפן צום קאורט נישט זיי! יא, ס'איז נישט קיין ווינדער אז זיי וואקסען, און
??MAIBY WE ARE HORNING ON THE RONG HORSE??
אין איז ממשיך, יא דאס אללעס זענען שילדיג די AB לעזער, די ציטראנענבוימ'ס, די לייביש לאנדאס , יא, זיי באגראבן אונז, זיי ווילן זיך נישט דורכקומן מיט זיי, זיי ברענגען אינטער באבוב, מ'דארף זיי סטאפן באצייטנס!!!
עכ"ל
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 19/06/2005 21:58:38
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 19/06/2005 22:00:21
צווייבאבוב
נשלח ב-19/6/2005 22:25
איך זע אז די 48 חברה האבען אפגעטראגען פון דא די לעצטע פאר טעג זייט זייער הפסד.
איך האלט אז עסצ איז נישט קיין מצוה צו טרינקען זייער בלוט יעצט ווען זיי זענען אזוי אויף צרות.
איך האלט אז מען זאל אינגאנצען יעצט אויפהערן צו שרייבען ביז ווילאנג עס פעלט נישט אויס פאר דע מה שתשיב.
ווי ווייט גייט די פראסטקייט און שקאצעריי פון אנשי רמ"ד
דאס איז די וואס ווילן זיין די ממשיך דרכו פון מהרנ"צ זצ"ל
דאס איז די וואס ממשיך זיין שלשלת באבוב.
אוי לעינים שכך רואות
אוי לאזניים שכך שומעות
אידען האטס רחמנות אויף ענקער נשמות.
געדענקט די מעשה מיט רבי יהונתן אייבשיץ וואס פאסט דא אריין.
עס איז געוועהן די גרויסע מחלוקה צווישען די צוויי צדיקים רבי יוהנתן אייבשיץ און רבי יעקב עמדין וואס קיינער האט נישט פארשטאנען די מחלוקת
איז געווען אזעליכע יונגאטשעס וואס האבען זיך אריין געמישט און געמאכט א גאנצע טראסק פון די מחלוקת גערעדט לשון הרע און געמאכט א גרעסערע פייער.
איינאל איז רבי יונתן אייבישיץ געווען און א גאסט הויז האט ער געהערט ווי צוויי אידען זיצען און שלאגען זיך וועגען די מחלוקת דער איז גערעכט דער איז גערעכט.
איז ער צוגעגאנגען צו זיי און ער האט זיי געפרעגט צו זיי האבען געהערט פון די מעשה פון די ציגגעלע.
האבען זיי געזאגט וואסערע מעשה
האט ער געזאגט די מעשה פון חד גדיא
האט ער געזאגט עס איז געוועהן א ציגעלע
די קאץ איז געקומען האט אויף געגעסן די ציגעלע (איז ער נישט גערעכט)
איז געקומען די הונט און געביסען די קאץ (איז ער יא גערעכט)
איז געקוומען די שטעקען געשלאגען די הונט (איז ער נישט גערעכט)
איז געקומען די פייער פארברענט די שטעקען (איז ער יא גערעכט)
איז געקומען די וואסער אויסגעלאשען די פייער (איז ער נישט גערעכט)
איז געקומען די אקס און אויסגעטרינקען די וואסער (איז ער יא גערעכט)
איז געקומען די שוחט געשאחטען די אקס (איז ער נישט גערעכט)
איז געקומען די מלאך המות געשאחטען די שוחט (איז ער יא גערעכט)
איז געקומען די בורא עולם און געשאחטען די מלאך המות (קומט אויס אז דער בורא עולם איז ח"ו נישט גערעכט)
עס קען נישט זיין דער בורא עולם איז שטענדיג גערעכט.
נאר די מעשה איז א ביסעל אנדערש:
די ציגעלע מיט די קאץ האבען געהאט א מחלוקה און די קאץ האט געוואנען און האט אויף געגעסן די קאץ
איז געקומען די הונט און געביסען די קאץ (איז ער נישט גערעכט)
איז געקוומען די שטעקען געשלאגען די הונט (איז ער יא גערעכט)
איז געקומען די פייער פארברענט די שטעקען (איז ער נישט גערעכט)
איז געקומען די וואסער אויסגעלאשען די פייער (איז ער יא גערעכט)
איז געקומען די אקס און אויסגעטרינקען די וואסער (איז ער נישט גערעכט)
איז געקומען די שוחט געשאחטען די אקס (איז ער יא גערעכט)
איז געקומען די מלאך המות געשאחטען די שוחט (איז ער נישט גערעכט)
איז געקומען די בורא עולם און געשאחטען די מלאך המות (איז דער בורא עולם גערעכט)
ווייל ווי קומסטו הונט אריין די מחלוקת
דא אויך עס איז דא א מחלוקה פון ירושה צווישען מהרנ"צ און רמ"ד
יעצט ווי קומען ענק הונט זיך אריין מישען אין די מחלוקה און מאכען דערפון א גאנצע שנאת חנם און פירוד לבבות
איין זאך יהיה מי שיהיה "אתם עתיד ליתן את הדין" און מהר"ש וועט נישט שטיל שווייגען פארן פארשוועכן זיין נאמען און בפרט רודעפן זיין זוהן.
ווייל לאמיר נישט אריינגיין און קיין פרטים ווער עס איז געווען פון חסידי מהר"ש ווייסען אז ער האט נישט געוואלט מען זאל אזוי רעדען אויף זיין זוהן מהרב"צ וואס ער האט איהם ליעב געהאט פונקט ווי ער האט ליעב געהאט מהרנ"צ און מיטען רעדען אזוי אויף זיין זוהן איהם רופען מיט אזעליכע שמוציגע נעמען מיט דעהם טוט איהר ווייזען ווי ווייט איהר האט געהאלטען פון מהר"ש און וויפעל כבוד איהר טוט איהם אפגעבען
איין זאך קען איך ענק זאגען ער וועט ענק נישט שולדיג בלייבען.
ועוד פתאום נזכרת על ענין לשון הרע וכדו' מה זה שאתם חסידי בן ציון שולטים כאן על הייד פארק כבר שלש חדשים ולא מפסיקים כל יום עם כל הניבול פה שלכם כגון דישיגיטער עם כל הפארום הזבל שלו באבוב בתפארת"ה (כנראה שב48 התנהגות כזה נקרא תפארת), וכגון אלו המכנים את עצמם בשם ברוך חנה, וברוך יצחק ודוד יהודה וכל שאר שמות הנרדפים ואכמ"ל, ואתם ממציאים סיפורים שקרים מופתים וכדו' הכל בכוונה אחת ללעוג על רבינו הכ"מ ומה אתם חושבים שבזה אתם מכבדים את רבינו שלמה שכל הפרופוגנדא בחסידות שלכם הוא שאתם ממשיכים את דרכו של ר' שלמה והאם זה הי' דרכו של ר' שלמה הרי אצלכם הכל נראה ממש כמו אצל ר' שלמה.
ועיקר הנקודה היא שבכל שכתוב כאן אמת לא כמו התמונות שזייפתם מרבינו עם השלג ועם החומש סעודה, ובכל העולם כולו שהכנסתם תמונה מבן ציון כאילו הוא יושב באמצע והרי כל אחד שהי' שם יודע שלא דובים ולא יער.
סוף דבר אחרי שלש חדשים שאנשי 48 כותבים כל מיני שקצות וכדו' פ"א כתב אחד מעשה אמת מה שקרה עם בן ציון, ואתה כבר יודע על מי כועס ר' שלמה ועל מי הוא יקפיד ח"ו, אני חושב שהגיע הזמן לעיין מי באמת הולך בדרכי ר' שלמה ומי לא
ועל מי יקפיד ח"ו ועל מי לא???
בהדי כבשי דרחמנא ל"ל
תוקן על ידי - דרשת_יסוד - 20/06/2005 4:31:59
נשלח ב-20/6/2005 04:47
לכבוד "דרשת היסוד"
1) דאס וואס שטייט דא איז נישט אמת
2) איך בין נישט פון חסידי רב"צ
3) איך דאווען אויף 45 און איך בין א תלמוד פון רמ"ד
און וואס מען שרייבט דא איז ממש עקעלהאפטיג פון ביידע צדדים דאס איז נישט די רצון פון ביידע אדמורים.
נאך מער קען איך דיר זאגען די וואס שרייבען דא און רופען זיך חסידים פון רמ"ד זענען נישט די סלתה ומשמנה דאס איז די שמוץ וואס זיי ווילען באשמוצען רב"צ בן מהר"ש און מיט דעם מיינען זיי אז מיט די העצעריי און רופען פארשידענע שמוציגע נעמען מיט דעם טועהן זיי נאר גאר באשמוצען רמ"ד און נישט רב"צ און די זעלבע פאר די צווייטע זייט.
אבער מיט די העצעריי און סתם פוסטע ליגענט וועסטו מיט דיינע חברים נישט גארנישט אויפטוען.
נשלח ב-20/6/2005 05:08
13avenue is the man
go on you rule!!!!!!!!!
נשלח ב-20/6/2005 05:35
קיבלתי באישית
________________________________
לכבוד 13avenue
איך וויל דיר זאגען איך בין א אינגערמאן אין בארא פארק וואס האלט זיך נוטראל איך גיי צו אלע חסידות איך שרייב נישט אויף הייד פארק ווייל איך זעה רובא דרובא פון די זאכען זענען ליגענט מיט בויך סברות פון אפאר ליידיגייערס וואס האבען נישט צו טוען מיט די צייט נאר צו זיכען עקשאן.
די יו"ט שבועות בין איך געגאנגען צו ביידע פלעצער אויף 48 און אויף 45 איין זאך קען איך זאגען א עולם איז דא אין ביידע פלעצער ביידע זענען גרויסע רבי'ס ביידע האבען פארברענטע חסידים.
פארשטיי איך נישט וואס מען דארף דא זיצען אויף הייד פארק און סתם באשמוצען איינס דו צווייטען.
אויפטוען וועט קיינער נישט מיט דעם נאר דאס מאכט ביליג.
דו ביזט א 100 פראצענט גערעכט ווען נישט די חברה וואס שרייבען דא וואס זיי זענען ווייט פון זיין חסידים פון איינע פון די צוויי דאס איז סתם פוסטע אינגען וואס האבען נישט צו טאן מיט די ליידיגע צייט.
א ליינער פון הייד פארק וואס איז זייער פארווייטאגט
_____________________________________________
דאס איז טאקע א הארץ ווייטאג צו זעהן ווי ווייט דאס גייט דא.
נשלח ב-20/6/2005 19:28
13ave if this is not what your rebbe on 45th wants let him stop it, and let him tell his boys to stop using fowel languge evey time they mention the bobover ruv''s name. all they have to sell on 45th is that we have the fiener yungerliet, pepole are starting to see what your talking about, what makes them fien becayuse they came to 45th? the fact is that on 45th they are all baal machloikes, kina sina, rechilas. nekumah, learning dosnt't matter, the fact is that all these fiener yungerliet you are talking about, talk with them 2 minutes you will out, they talk so nasty. its afact they can't say the bobover ruv's name with out using four letter words ,, now shoot back , like you guys always do ,,, you can fool some pepole some time but not all pepole all the time. And every one knows that there are pepole that come to daven in bobov and die from kina that it looks so nice ,, no one said that there arn't empty seats. after all the fiener yungerlaiet left. .. ,