ראש השנה ס"ו = רמ"ד און 48 \ רב"צ און 45
אלץ א דרויסענדע האב איך נאר דעם איין אבזערוואציע.
דער קעפעל קוקט טאקע אויס ווי א וויסטע חלום,
אבער ווער האט זיך דען געקענט פארשטעלען, אז א מגי"ש ניטאמאל די העכסטער כתה און ישיבה, זאל זיצען ביי נעילת החג מיט איבער טויזענט נפשות.
זאלסט מיר זאגען אז א איד אין פלעטבוש וואס האט אינגאנצען איינמאל אין זיין לעבען געזעהן כ"ק אדמור מהר"ש מבאבוב זצ"ל, זאל האבען דעם כח, צו זאגען פאר בנו ומ"מ רב"צ, אז אין קעמפ שלוה וואס זיין טאטע האט געבויט מיט שווייס און בלוט פאר אזוי פיל יאהר, אז ער האט דארט נישט קיין דריסת הרגל.
יא, דאס איז און די אמעריקאנער רעגירונג, אז ס'קען א פשוט'ע דזשאדש זאגען פארען פרעזידענט פון אמעריקא, פארלאז דעם ווייסען הויז....
ווער וועט צוריק האלטען פאר מיסטער קרעמער פון פלעטבוש צו זאגען פאר רב"צ, "ביסט מכובד צו קישען די ווענט, אזוי ווי ווען מ'גייט ארויס פון די סוכה, און זיך א נייע פלאץ ווי צו דאווינען....."
רבותי
לאמיר זיין גרייט, דער לעצטע פרייטאג, האט באוויזען, אז נישט אברהם אהרן לעזער אדער לייבוש לאנדא, און ניטאמאל אייזיק דייטש אדער צבי אריה ריינהאלד, וועט באשליסען ווער ס'גייט בלאזען שופר ר"ה ס"ו און גרויסען ביהמ"ד אויף 48.
שטייטס אויף פון שלאף, און זייטס גערישט, אז אלעס קען פאסירען.
קומסט נישט דעמאלטס זאגען געדריידעלטע אויפקלערונגען, אז אזוי האב איך לכתחלה געוואלט און מ'האט נאכאמאל געווינען.
לאז יעדער יעצט יעצט באשליסען, אויב דער פאנטאזיע וועט פארווירקליכט ווערען, וועל איך אויפגעבען מיין באקוועמע בית המדרש, און בלייבען געטריי פאר רבינו מהר"ש זי"ע און נאכגיין זיין זוהן בארץ לא זרועה?
אדער וועל איך איך טרעפען א תירוץ צו ווערען געטריי פא רא חברה דרויסענדיגע, מיטען תירוץ פון כבוד פון מהרנ"ץ.
long live democracy
 |
|
|