בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מיין באגעגעניש מיט א שווארצע בער נעכטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/6/2005 18:00 לינק ישיר 
מיין באגעגעניש מיט א שווארצע בער נעכטן

אזוי ווי איך בין אין קאר-סערוויס אין פארט טיים, האט איך נעכטן בין איך ארויסגעפארן אין די קאנטרי אפטראגן די פעקלעך פון צוויי משפחות אין די מאונטעינס

און איך האב צום ערשטן מאל אין מיין לעבן געהאט א באגענגעניש מיט א שווארצע/ברוינע בער, נישט מער ווי אפשר 50 פיס פון מיר, מיין הארץ קלאפט מיר נאך יעצט.

איך האב געהאט די סטאפס אין נועם אלימלך און מחנה דברי יואל און סוואן לעיק.
ווי נאר איך בין צוגעגאנגען צו די באנגעלאו פון משפחת פ. האב איך עפעס געהערט פיס טריט.
די פרוי מרת פ. האט געגעבן אזא שריי אז די באקסעס וואס איך האב געטראגען איז ארויסגעפלויגן פון מיין הענט און איך האב געזען א שווארצע בער ממש פאר מיינע אויגן.

איך האב שנעל געקאלט 911, אבער זיי האבן זיך נישט שטארק צי טין געמאכט פון מיר. איך האב געבעטן די פרוי זי זאל קאלן דעם מענעדזשער אז ער זאל זען צי פארשפארן די קעמפ.

איך בין שנעל אריינגעלאפן אין די ווען און איך האב געזען ווי די בער גייט ארום אין מחנה דברי יואל ווי א מלך. די פרוי האט געזאגט אז זי מיינט אז זי האט געזען צוויי בערן, אבער איך בין נישט זעכער דערין.

נאכדעם וואס די בער איז אוועקגעקאנגען זענען מיר צוריקגעגאנגען און אלעס אריינגעטראגן. און מיר האבן נישט באמערקט קיין שום שאדן פון די בער.

עס איז געווען א איבערלעבעניש וואס איך וועל נישט פארגעסן אזוי שנעל.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2005 18:11 לינק ישיר 

שווארצע בערן זענען אומשעדליך און טשעפען בדרך כלל נישט קיין מענטשן

חוץ פון דעם אז זיי קוקן אויס זייער שרעקעדיג זענען זיי פונקט ווי קעץ א.ד.ג.

נאר איינמאל אין די געשיכטע פון ניו יארק האט א שווארצער בער פארצוקט א מענטש, א קליין אידישע בעיבי, מיט א פאר יאר צוריק, און ווי עס איז דעמאלס געשטאנען באשריבן זענען סייענטיסטן געווען ערשטוינט ווייל די בערן דערנענטערן זיך קיינמאל נישט צו קיין לעבעדיגע מענטשן.

מען האט שפעקולירט אז דער בער האט געמיינט אז די בעיבי איז טויט.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 27/06/2005 18:13:17



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2005 18:22 לינק ישיר 

http://www.hww.ca/hww2.asp?id=83&cid=8

With the coming of spring and warmer weather, bears emerge from their dens and search for food. During the winter they may have lost up to 30 percent of their predenning weight. Most bears continue to lose weight during the early summer period until mid-July when quantities of berries start to become available.

Black bears are extremely fond of garbage and frequently congregate at dumps. This habit occasionally leads them into contact with people who enjoy observing the feeding antics of the bears, especially the younger ones. Of course, if the bears demolish some picnicker's lunch, this feeding behaviour is not thought so amusing.

Most bears are extremely shy and retiring and usually avoid direct contact with humans. Incidents of black bears attacking humans have been reported but are extremely rare. These attacks were usually made by bears that had been feeding on garbage or by animals in extremely poor physical condition due to old age, disease, or wounds.

Occasionally bears cause trouble when they prey on livestock or upset beehives in an apiary, or bee farm. Usually incidents of this type are caused by one or two individuals and the problem is solved by removing them.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2005 19:18 לינק ישיר 


וואס טוט מען ווען מ'טרעפט א בער?

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1428233




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2005 19:38 לינק ישיר 

גערעכט! דורך איבער 100 יאהר האט מען נישט געהערט אז א בלעק בער האט אטאקירט א מענטש.

אבער דער פרובלעם פון GARBAGE אין די קאלאניס איז נישט אזוי פשוט, אפילו אין די פיינ-שמעקיגע פלעצער איז די GARBAGE א שאנדע

מ'שיקט קינדער מיט א קערידש צום גארבידש זיי געבען דעם פעקל א ווארף אדער געלונגט עס אדער נישט. ארום די גארבידש קען מען אלע מאהל זען BAGS מיט זאכען וואס זענען כל טוב פאר בערין. די בערן זענען זיך מחיה.

מאן דכר .. אז מ'מוז דעם גרויסען כלי הערמעטיש פארמאכן איבער נאכט.

איך האב שוין געהערט פון קעמפ'ס ווי די בחורים האבען FUN מיט די בערען, דאס ברענגט אז זיי ווערען צו געוואוינט צו מענטשען אין דאס איז א געפערליכע סכנה השם ישמרינו.

די גוי'שע שכינים האבען אלע מאהל געהאט טענות אז די ORTHODOX נעמען נישט קער פון די GARBAGE אפשר וועט מען איינזעהן אז מ'רעט דא פון א סכנה ממש.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2005 02:15 לינק ישיר 

צו זאגען אז א שווארצע בער איז מסוכן ווי א קאץ אין אויך מוגזם, פאר-א-פאר יאר צורקי איז א קינד געהארגעט געווארען פון א שווארצע בער.

אמת עס איז נישט קיין דבר יום ביומו, אבער איך וואלט נישט מציע געווען זיך צו דרייען מיט די חברה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2005 03:13 לינק ישיר 

א בער איז א חיה רעה און א חיה טורפת
און דאס אז מהערט אז זיי דרייען זיך לעצטענס מער אפט נעבן מענטשן אהן מורא זאגט נישט אהן קיין גוטס
השי''ת זאל שומר ומציל זיין אחב''י בכל מקום שהם
און חמירא סכנתא מאיסורא
דעריבער ליגט א חוב און אחריות פאר יעדן קאנטרי צו היטן אויף די ריינקייט פון פלאץ און אויב מעגליך צו לייגן שטארקע באלייכטונגן אין אלע ווינקלן פונעם מחנה און נישט שוינען געלט ווען עס קומט צו סעפטי אין אלע הינזיכטן ווי סווימינג פולס אדער קארס וואס פארן ווי קינדע דרייען זיך ה''י

ונשמרתם מאד לנפשותיכם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2005 08:42 לינק ישיר 

די צרה איז אז עס איז כמעט נישט שייך צו האלטען ריין א גארביטש קען וואס צענדליגער אדער הונדערטער משפחות אדער א לאנטש רום לייגט דארט זייער מיסט.

מען דארף ברענגען די סארט ריזיגע מיסט קאסטען'ס וואס אין ארץ ישראל ווערט גערופען א צפרדע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2005 09:00 לינק ישיר 

טונקל

צפרדע איז א מכה, וואס האט דעס צוטון מיט גארביטש און בערן? זיי מער מסביר.


לשיטתי, דארף יעדע קעמפ ארומנעמען מיט געיטס גענוי ווי די קאנטריס טוען, דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה. בגשם וברוח.

איך ווייס פון עטליכע קעמפס וואס האבן שוין געטון אזוי זינט די שוידערלכע מעשה פונעם בער. ומממנו ילמדו



תוקן על ידי - gishmoker - 28/06/2005 9:09:19



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2005 09:06 לינק ישיר 

געפערליכער

א קשיא אויף די ציונים, אזוי רופען זיי עס. און עס האט א ריזיגער כלי קיבל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2005 15:53 לינק ישיר 

עס איז שוין די העכסטע צייט מען זאל אויפהערען פארן אין די קאנטריס. אפשר די בערען וועלען צוהעלפען צו דעם.
דאס פארן אין קאנטרי איז נישט קיין נארמאלע זאך, עס באלאנגט צו די פיל אנדערע משוגעת'ן וואס דער היימישער ציבור טוט, און וואס איז ביי זיי ביהרוג ואל יעבור.
די קאנטריס ברענגען אלע מיני צרות בעניני יראת שמים, עס זיינען דא יונגע לייט וואס נוצן דאס אויס צו האקען א לעבען ווען זיי זיינען דא אין שטאט אליין א גאנגצע וואך, נאך פאר דעם אינטערנעט איז זימער געווען גרויסע מכשולות. קיין שום רב קומט נישט ארויס מוחה זיין ווייל זיי אליין האבען זייער שיינע איר קאנדישענד באנגעלוס.
ממילא אמאל ווען מען האט געווינט בדחקות אן עיר קאנדישען איז מען ארויסגעפארען די קינדער זאלען זיך א ביסעל אויסליפטערן, אבער היינט אז מען האט אזעלעכע ברייטע דירות איז דאס נישט נארמאל, און אויפרייסעריש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2005 18:50 לינק ישיר 

איינער האט דא געשריבען וועגען געיטס, א געיט וואס אונז מאכען מיר, איז "גארנישט" ווערט פאר א בער, עס מיז זיין אסאך העכער אז די בער זאל נישט קענען איבער קריכען.


די בערען טשעפען נישט ווען מען טשעפעט זיי נישט, און אויב זיי זענען נישט הונגעריק, טאמער יא, איז אך און וויי.
עס איז דא פלענטי קינדער וואס וועלען טשעפען און נאך לויפען.



אגב, דעמאלס ביי די מעשה פין די בער וואס האט פארציקט א קינד, איז געשטאנען אז אין די לעצטען פיפציג יאר (?) איז געווען בערך ניין אדער צען אינצידענטען מיט בערען, פשט איז, עס איז נישט אזא דבר שאינו מצוי.


היטס ענק.

איין פשוטער עצה איז, זיי האבען זייער מורא פין א גערודער פין א ראדיא, אויב מען צינד אהן א ראדיא און עס מאכט די סטעטיק גערודער וועט עס אוועק גיין. גוט צו געדענקען, און געדענקט צוריק צו קומען דא אין שרייבען אויב עס האט געארבעט, איך האב געהערט פין פעלער וואס זיי האבען זיך גלייך אנגעטראגן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2005 23:51 לינק ישיר 


קראצענדיק זיך די קאפ, ווי אזוי געט מען זיך א עצה מיט די בערען, (אוי, זאב, איך האף אז איך בין נישט קיין מסייע ידי עוברי עבירה....), האב איך מיר דערמאנט פון א נייע טעכנאלאגיע וואס ווערט לעצטענס גענוצט אסאך קעגען הינט און אנדערע זאכען צום ביי שפיל מייז וכו'.

ווי אזוי דאס ארבעט איז גאנץ פשוט, מ'נעמט א כלי וואס געט ארויס

sound waves
און מ'שטעלט עס אהן אויף דער בע"ח און ער אנטלויפט.

די soundwaves זענען נישט audible פאר מענטשען, נאר פאר בע"ח.

ס'איז נישט אזוי טייער, און אויב די בערען האבען זיך טאקע פארשפרייט און אונזער געגענט, און מ'קען טאקע מברר זיין אויב דאס אדבעט אויף בערען וואלט דאס געוועהן א געוואלדיגע המצאה.

אזוי זעהט אויס אזא כלי:

http://www.pestproducts.com/yard_gard.htm

ס'איז אויך דא צו באקומען קלענערע, און ס'איז אין איינוועגס אויך א ישועה קעגען די ווילדע הינטלעך וואס דרייען זיך אויך די ראודס.

דא האט איר א לינק פאר די קלענערע מאשינדלעך:

http://froogle.google.com/froogle?q=dogs+ultrasonic&hl=en&lr=&sa=N&tab=ff&oi=froogler

דא האב איך געטראפען א קליינע וואס זעהט אויס גאנץ זיס:

http://www.familydefense.com/ultrasonic-dog-off.htm




בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2005 00:42 לינק ישיר 

נאך א פשוט'ע רעיון, mace, pepper spray

דער רעיון איז נישט מיינער, ליין דא:

Bear Sprays

The Sierra Club wants the Forest Service to require everyone who enters a national forest in grizzly bear country to carry bear spray Spokeswoman Heidi Godwin said in a news release, "The proper use of bear pepper spray will reduce human injuries caused by bears, reduce the number of grizzly bears killed in self defense, and help promote the recovery and survival of the grizzly bear."
We don't necessarily approve of making new laws, but it does show how effective bear spay is against bears. Also, make sure that the spray you are using is registered with the EPA for use against bears. There is a special formual for this and ordinary pepper spray is not recommended



גענומען פון דעם לינק:

http://www.protectmefirst.com/animalrepellents.asp

קוקטס דארט פאר פראדוקט אינפא.






תוקן על ידי - jid_613 - 29/06/2005 0:48:36



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2005 01:01 לינק ישיר 


דער חכם דא טענה'ט אז ס'ארבעט אויף בערען אויך:

http://www.dutchguard.com/p-SB925.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2005 01:15 לינק ישיר 


סתם אינטערעסאנט:

http://www.crazyguyonabike.com/journal/guestbook/?o=as&doc_id=194&v=0&board_mode=message







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מיין באגעגעניש מיט א שווארצע בער נעכטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext