| נשלח ב-29/6/2005 02:36 |
|
| |
באראפארקער
איך רעד פון א געיט הויעך 6-7 פיס כאטשיג.
גערעכט אז פאר א ציווילדעטען בער דארף מען האבן א הוכע דיקע געיט ער זאל נישט קענען איבערקריכן, אבער סתם א בער וואס זוכט עסן וועט אוועקגיין ווען ס'דא א געיט און ער קען נישט אריבערגיין.
ווייל די בערען טשעפען נישט ווען מען טשעפעט זיי נישט,
אויך איז גאר וויכטיג צו לייגן די גארבישט ווי ווייטער פון די קאנטרי אין פאל ס'יז דא א הונגעריגע בער זאל ער זיך באגנוגן דארטן וואו ער איז נישטט קומען נענטער ה"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 17:31 |
|
| |
לאמבער, די האסט שלעכט פארשטאנען דעם נייעס ארטיקל װאס די האסט געברענגט דא;
ערשטנס דער ארטיקל שרייבט אז דער פאטאלגיסט װארד סטאון ״געדענקט נישט" נאך א פאל אין די 34 יאר װאס ער איז א פאטאלאגיסט. זיין זכרון איז נאך נישט קיין פאקט
צװײטנס ער דעקט נאר ניו יארק.
אין נארט אמעריקע זענען 37 מענטשן געהארגעט דורך שװארצע בערן (נישט די גריזלי בער) צװישן די יארן 1907 - 1993
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2005 19:09 |
|
| |
gishmoker
-----------
COLLISION W/BEAR ON RT. 28< FLEISCHMANNS
מאנטאג פארטאגס איז א אינגעמאן צוריק געקומען פון אחתונה אין מונרא, און אראפגעקלאפט א שווארצן בער אויפן רט. 28 WEST דער וועג צו פליישמאנס נ.י.
דער בער איז געהרג'ט געווארן אויפן ארט, אן קיין שאדן צום קאר אדער מענטש ב"ה.
זאגן תפילת הדרך בכוונה!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2005 01:04 |
|
| |
ביי אונז אין קאנטרי איז שוין צוויי מאל געווען א בער.
איז דאס מסתבר איז אין וואדרידש געגענט איז דא מער בערן ווי אין אנדערע חלקים פון די מאונטענס?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2005 01:43 |
|
| |
איין איינציג מאל אין די געשיכטע פון ניו יארק האט א בער גע'הרג'עט א מענטש.
אזוי איז געשטאנען אין אלע צייטונגען ווען דאס קינד איז געהארגעט געווארן מיט אפאר יאר צוריק.
א שווארצער בער איז נישט שעדליך, ווייל זיי עסן כמעט נישט קיין פלייש נאר צווייגן און פרוכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 07:33 |
|
| |
ר' דזשוליאני
איך מיין די מאכסט א גרייז,
בערען עסען שוין איינמאל פלייש,
זיי לעבען אויף פלייש פון קליינע הערשעלעך וואס קענען נישט אזוי שנעל לויפען, און פאר נאך שפייז, עסען זיי אביסעלע יאגדעס....
די סיבה פארוואס זיי עסען נישט קיין מענטשען, איז ווייל זיי זענען נישט געוואינט צו דער מענטש און זיי ווייסען נישט וואס א מין בריה דאס איז. (אדער ווי חז"ל זאגען אז חיות בכלל האבען מורא פאר מענטשען, -- לפני החטא....).
עכ"פ, היינט אז ס'שטעלט זיך ארויס אז די בערען ווערען מער היימיש מיט בני אדם, איז דא א ערענסטע חשש ביי די מומחים אז די סכנה איז שוין נישט אוועק צו מאכען.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
|